איך האב א טענדענסי (געווענליך ווען איך כיפער) זיך צו טרעפן ערגעץ סוף הודו ביי אשרי, און טייל מאל ביי ובא לציון! (אוי ווי גוט!).
ביי ישתבח..... יוצר משרתים .....
נשלח ב-7/10/2005 15:30
וואס מיינט 'כיפער'?
אפשר איז דאס א פארקורצונג פון 'איך היפ איבער' (מלשון 'פסח' = איבערהיפן) ווערטער?
שלמה-זלמן, מענטשעלע, העלפט ארויס רבותי.
תוקן על ידי - קרעמער - 07/10/2005 15:36:41
נשלח ב-7/10/2005 21:03
לכאורה האט כיפער גארנישט קיין שייכות מיט איך היפ איבער, ווייל מ'קען כיפערן און בכלל נישט איבער היפען קיין ווערטער (מלשון פסח).
דאס איז לכאורה איינע פון די נייע אידישע ווערטער ביי כלל ישראל, אולי דארף מען דאס אנפרעגן ביי די צייט שריפט די (אפשר דער) מעלות, די מקור פון דעם ווארט
נשלח ב-7/10/2005 21:13
איך וויל אז דער מעלות זאל קומען אנפרעגן ביי אונז, און נישט די אנדערע וועג ארום (אין ענגליש זאגט זיך דאס בעסער: די אדער וועי אראונד).
נשלח ב-9/10/2005 06:18
די ערגסטע איז ווען איך פארפאר פון ידיד נפש ביז אינמיטן עלינו וייל דענסמאל ווייס איך אז ס'יז א טעות...
לראות מהרה בתפארת עזיך.... להעביר גלולים....
נשלח ב-9/10/2005 13:34
די בעסטע עצה קעגן אזעלכע סארט פלאנטערנישן איז: "צו דאווענען אינעווייניג פון סידור"!
נשלח ב-9/10/2005 18:54
די פראבלעם איז אז אפילו מ'הייבט אן דאווענען אין סידור, פלוצלינג פארגלייזט זיך די אויגן און מ'פארפארט אריין ערגעץ וואו אין דעם דזשי דאבעליו ברידזש אדער גאר אין דעם האלאנד טונעל, און אינצווישן נאך פאר מ'האט אפילו געקושט די ציצית האלט מען שוין ערגעץ אינדערמיט פון הללוק' כי טוב זמרה אלוקינו וגו' איי איי כי נעים
תוקן על ידי - התאחדות - 09/10/2005 18:56:07
נשלח ב-11/10/2005 16:27
ודו...ישמחו השמים...ויאמרו בגוים ה" מלך...און דא מאכט זיך די שטיק... אט טרעף איך אינמיטען יהי כבוד... אין מיין ביזי מח הייבט אןמאכען פארשידענע שווערע קאלקואציעס, צו האב איך שוין א געקישט די ציצית דאן האלט איך שוין ווירקליך ביי יהי כבוד, אדער?...