דא קען יעדער אריינשרייבן זיינע שוועריגקייטן און קשיות הן במילי דשמיא הן במילי דעלמא און די חשובע חברים וועלן פרובירן ענטפערן לפי היכולת ותשואות חן לנו ולהם.
איך וועל אנהייבן:
1) וואס איז פשט "מלא אסמינו שבע" ?
2) צו וואס נוצט דער "עמערזשענסי סטאפ ברעיק" אין א קאר?
אמער, אפילו ווען ס'יז אראפגעדרוקט ביז אונטן קען נאך אלץ דער קאר פארן.?
3) איז אמת אז דער מקור המנהג צו עסן "האניג קעיק" שמאמט פון א בעקער?
א גוטע וואך
נשלח ב-9/10/2005 13:36
מלא אסמינו שבע = פול אן אונזער אוצר (שפייכלער) מיט זעטיגקייט!
דער מנהג פון עסן האניג קעיק האבן מיר געזען ביי אונזערע עלטערן און אור-עלטערן, און דער רשב"א שרייבט אז מנהג נשים זקנות איז זייער הייליג און טייער ביי כלל ישראל!
איך דאווען אין מחזור פלוני (קוק אין דיין תיבה אישית)
נשלח ב-27/10/2005 17:29
איך פיר מיך צו זאגן הקל בתעצומות ביז ובקרב קדושים תתהלל נאך פאר דער חזן הייבט אן הקל.
אין רוב סדורים שטייט פאר הקל "ביו"ט מנגן החזן (אדער מתחיל החזן) הקל בתעצומות". קוקט אויס פון דעם אז דער עולם ענדיגט גאנץ נשמת ביז ובקרב קדושים תתהלל, אין דער חזן הייבט אן ביי הקל און זינגט דאס איבער. און דאס זעלבע ביי המלך אין די ימים נוראים.
אזויווי טאקע ביי יוצר המאורות הייבט דער חזן אן ביי אור חדש (אדער והתקין מאורות די וואס זאגען עס יא) נאכדעם וואס דער ציבור האט שוין גענדיגט דעם גאנצן שטיקל.
אגב קרעמער,
איך בין אויך נייגעריג אין וועלעכע מחזור דו דאווענסט.
נשלח ב-27/10/2005 17:39
פעדעקס;
לכאורה טוהסטו זייער גלייך. (הלואי וואלט איך שוין געהאלטן דארט איידער דער חזן גרייכט אהין... געווענליך קום איך דארט אן ווען דער חזן זינגט שוין ק-ל אדון).
וואס זענט איר אלע פלוצלינג נייגעריג געווארן אין וועלכן מחזור איך דאווען? באלד וועט איר אנהויבן פרעגן וועלכן סארט הוט איך טראג (אויב בכלל)?
פרעג מיר אן אין אישית, אפשר, כולי האי ואולי, וועל איך דיר אויסזאגען דעם גרויסן סוד: אין וועלכן מחזור איך דאווען..