ווער וויל קויפן בעקעלעך?...
איך לייג פאר אייך פאר א שאלה. אבער ביטע זייט אויפריכטיג מיט אייער ענטפער.
מיין שאלה איז זייער קורץ און שארף:צו האט זיך שוין ביי אייך געמאכט אז דאס ווייב האב אייך געשיקט קויפן א בעקעלע,און איר זענט "יא" צוריקגעקומען מיט די "ריכטיגע" סייז????
אההה! ביי מיר אויך נישט.
"איין פיש בעקעלע ברענג" זאגט זי מיר היינט פארן גיין איינקויפן. נאכן זיך צוריקשלעפן פון גראסערי איז אן אנדערע מעשה. דארט לערען איך זיך א פארציע היסטאריע, אינערהאלב מיין ווייב'ס משפחה.
למשל, איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז די זיידע, חיים משה ז"ל, ווען די בעט האט אים שוין ארויסגעווארפן שבת נאכמיטאג, פלעג ער איינפאקן, אין א גאלערעטע-בעקעלע, אביסעל איבערגעבליבן פיש, ביינער און געפילטע, און מיט דעם פארברעגט אין שול דאס רעשט פונעם שבת.
ולזכר פון אט די געראטענע שריט, רופט מען, ביי איר אין די משפחה, דאס קליינטשיג בעקעלע: פיש בעקעלע.
אבער יעצט ווייס איך שוין.
האטס אבער נישט קיין טעות. מיט די אנדערע בעקעלעך איז גארנישט בעסער.
א טיפע בעקעלע, ווער איך געוואר, מיינט נישט "אזוי" טיעף.
א גרויסע בעקעלע, מיינט איינס פאר די גרעסטע, בדיוק.(ווייל ווער נוצט דען די גאָר גרויסע?)
א פאטעטא-קוגל-בעקעלע, מיינט, דאס וואס זי האט גענוצט צוויי וואכן צוריק פאר פאטעטא קוגל, ווייל דו פאריגע וואכענדיגע איז בלויז געווען אן "עקסעפשאן".
איך וואלט אנגהויבן א נומבער סיסטעם אויף בעקעלעך. משום לא פלוג. וואס זאגט איר???
 |
|
|