א קליינע פראגע. וואס מיינט דאס פאליטיק?
למשל (נאר א משל) אז איך וויל פארציילען אז מיין פרוי האט היינט געמאכט א עסען וואס איך האב נישט ליעב און סי געווען ליהודים, מעג איך עס דא דערציילען און מאכען דערפון מטעמים? אדער עס איז פאליטיק?
נשלח ב-1/11/2005 06:09
פענסטער;
איין קליינע דעטאל האסטו פארגעסן אפשר... איך האב געלאזט צוואה אז איידער מען מעקט עפעס פון קרעטשמע, זאל מען מיר דאס אריינשיקן אין תיבה אישית... בין איך דען פון אן איי געבוירן??? שיק מיר זאפארט אריין דעם זאפטיגן שטיקל פאליטיק...
נאטורליך;
די פארברענטע מאכל קענסטו האלטן... ברויכסט מיר נישט אריינשיקן א שטיקל צו פארזיכן. יישר כח.
נשלח ב-1/11/2005 06:15
סי נישט פארברענט, זי זאגט סיז דעלישעס און איך זאג... אקעי מעג איך רעדען פאליטיק? וועל איך זאגען מיינע טענות
נשלח ב-1/11/2005 06:26
נאטורליך;
מען זעהט אז דער בעל הבית איז שוין צוריק פון ישראל... דו האסט יעצט עפעס מער צייט אויף די האנט.
נישט אז דאס איז ח"ו א פראבלעם... אבער אמאל פלעגסטו זיך נישט אפרעדן אויף די מאכלים... כ'האב מורא אז די אידענע וועט דיר בקרוב געפונען א פיינע SIDE JOB...