בית פורומים היימישע קרעטשמע

הערות אויף "דער אלטער מיטן קיטל"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/10/2005 15:48 לינק ישיר 
הערות אויף "דער אלטער מיטן קיטל"

מיר עפענען א באזונדערן אשכול וואו דער חשובער ציבור קען מיטטיילן זייערע הגהות, קאמענטארן, קאמפלימענטן און קריטיק צוגלייך, אויף דעם באשרייבונג פון "דער אלטער מיטן קיטל".

יישר כח



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2005 16:05 לינק ישיר 

אויסגעצייכענט
א די קענסט יא אזוי גיט, קומט זיך דיר הערשט פעטש. פלעגט מיין רבי זאגען אין חדר.
זיי דיך מקבל צו שרייבען מער אפט.
ידידך נאטורליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2005 16:25 לינק ישיר 

טאקע שרעקעדיג
אבער פארוואס דארף זיין א עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/10/2005 16:56 לינק ישיר 

די האסט ליעב ווען דיין רב, ווייב, מיטארבעטער רופט דיך אין א זייט און גיבט דיר א קלאפ און ריקען זאגען ווי גיט די ביזט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2005 16:57 לינק ישיר 

זייער שיין מר. קרעמער - איך האב מיר עס ארויסגעפרינט זאלן אנדערע אויך הנאה האבן - קיפ איט אפ! און נאט אייך צוויי..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/10/2005 17:03 לינק ישיר 

איך האב זייער ליעב קאמפלימענטס
אבער פארוואס קען מען עס נישט שרייבן גראד נאך די מעשה פארוואס דארף זיין א עקסטערע אשכול פאר דעם?

תוקן על ידי - whats_up - 11/10/2005 17:03:57



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/10/2005 17:21 לינק ישיר 

ווייל ר' קרעמער האלט אין מיטען רעדען, האק אים נישט איבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2005 17:25 לינק ישיר 

ווי איך האב פארשטאנען איז ער שוין פארטיג
אבער עניוועי עס איז זייער א שיינע מעשה יום כיפור וועט זיך שוין זאגן אנדערש די מי יחי ומי ימות



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/10/2005 18:14 לינק ישיר 

עס איז טאקע בעסער אז מען שרייבט הגהות אויף א באזונדער ארט, אבער עס איז נאך בעסער אז ביים סוף פונעם ארטיקל וואלט געשטאנען המשך יבוא.
(מיינע הגהות וועט נאך "אפשר" נאכקומען. איך האב עס נאכנישט געליינט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2005 18:53 לינק ישיר 

באמת זייער שיין איך געב דיר 3

איך מיין אז איך גיי עס אויך ארויספרינטען אין איבער ליינען יום כיפור פארנאכטס פארן אנטון די קוטל

נ.ב.
זאל איך אנרופן דיין רעבעצין און זאגן אז די פעדימער פון אונטען ביים זוים זענען שוין אויפגעטרענט און זי זאל עס פארעכטען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/10/2005 19:25 לינק ישיר 

איך וואלט דיר געלייגט דא, אפשר הונדערט גרינע מענטשלעך מיט ביידע גראבע פינגער'ס אויף ארויף, ס'וועט נאר אויפנעמען זייער אסאך פלאץ, דעריבער באגעניג איך זיך מיט די ווערטער:

הונדערט גרינע מענטשלעך

און איך האב טאקע "ביז היינט" קיינמאל נישט אזוי גוט פארשטאנען דעם רמ"א אין הל' יום הכפורים (או"ח סי' תר"י סוסעי"ק ד') וואס ער שרייבט: וכן נוהגין ללבוש הקיט"ל, שהוא לבן ונקי. גם הוא בגד מתים, ועל ידי זה לב האדם נכנע ונשבר.

לאז דיך נישט:
וואש נישט אויס דעם קיטל, ניי עס נישט צו, ס'עט נאר פארלירן דעם טעם, וועסט נאך באלד מיינען אז ס'איז צוריק דיין קיטל... און דו וועסט נאך צוריק גיין צום אלטן...
לאז עס כמו שהוא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/10/2005 19:36 לינק ישיר 

און יא איך האב שיר פארגעסען;
איך מיין מחמת 'עין הרע' דארף מען דאך אויך קרעטעקירן...

עס וואלט ווען נישט ענדערש געפאסט ווען דער קעפל לייענט זיך געווען ווי פאלגענד:
"דער קיטל האט אויפגעטוהן זיין ריכטיגן ציל"???

ווייל דער איצטיגער קעפל טייטשט נישט אפ די כוונה פון דיין מעשה, עס דוכט זיך תחלת, אז דאס איז עפעס א אלטע אידישע ליכט מאנסע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/10/2005 19:50 לינק ישיר 

אקעי, מען מיז דאך עפעס קריטיקירען.
פארוואס קרעמער האזטו מיר נישט געגעבען א שאנס צו קריטיקירען? איך זיך עפעס, גארנישט....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2005 20:32 לינק ישיר 

לאמיר גיין אין די רייע.

נאטורליך;

א קאמפלימענט וואס קומט פון איינער וואס איז זעלבסט א מעכטיגער שרייבער, ווערט זייער שיין אויפגענומען ביי אונז! יישר כח!

פארוואס-ארויף (וואט'ס-אפ);

עס דארף זיין א באזונדערן אשכול מטעם הכמוס, ואין מגלין אלא לצנועין, טשעק דיין תיבה אישית.

משה'לע23;

יישר כח! (מעגסט אפטער אריינשרייבן... הגם איך ווייס אז דו ליינסט אונז יעדן טאג).

לב-לי;

די מעשה איז פארטיג. איז עס נישט גענוג לאנג אויסגעצויגן? עס איז פארגעקומען אין א משך פון אנדערטהאלבן סעקונדע... ווילאנג קען איך דאס אויסציען?

נאט-טו-ביזי;

יישר כח! דאס קיטל איז שוין הערליך פארראכטן. עס איז ממש מן השמים געווען אז עס זאל זיך אויפטרענען, אז איך זאל כאפן דעם מעסעדזש.

זרח'ל;

הונדערט יישר כח'ס!

וועגן דיין קריטיק;

זעהט אויס אז דו ביסט נישט קיין מבין אויף שרייבעריי (במחילת כבודך). ווייל ווען איך געב דעם טיטול וואס דו האסט געשריבן, וואלט איך ארויסגעגעבן די גאנצע מעשה אין איין שורה... איך האב געוואלט עס זאל זיך ליינען מיט נייגער... אזא סארט 'סוספענס' מעשה. פרעג די מבינים...

פאר די וואס ווייסן נישט וואס 'סוספענס' מיינט, דא האט איר אן אויסשניט פון א 'דיקשאנערי':

Pleasurable excitement and anticipation regarding an outcome, such as the ending of a mystery novel
==
ווער נאך?

תוקן על ידי - קרעמער - 11/10/2005 20:48:38



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/10/2005 21:14 לינק ישיר 

קרעמער!

עס איז געוואלדיג, תוכן'דיג, מוסר השכל'דיג, נאטורליכ'דיג (היינט איז דאס שוין א געוואלדיגע קאמפלימענט),



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/10/2005 21:53 לינק ישיר 

כבוד הרב קרעמער דאס האט מיר אויך געברענגט א הרהור תשובה, און בנוגע דעם קעפל ביזטו זיכער גערעכט, ביז די לעצטע שורה האב איך געליינט אין איין אטעם, נישט גלויבנדיג אז עס איז פארטיג

תוקן על ידי - התאחדות - 11/10/2005 22:18:56



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > הערות אויף "דער אלטער מיטן קיטל"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext