ערב יום הקדוש איז א גרויסע ענין צו עסן פיש, ווי באקאנט די מעשה פון מדרש (ווערט צוגעברענגט אין טור) אז א ארימע שניידער האט זיך געלאזט קאסטן אסאך געלט צו קענען עסן פיש לכבוד ערב יום כיפור, און מען האט אים פון הימל באצאלט מיטן געפונען א בריליאנט אינעם פיש וואס פון דעם האט ער זיך געשפייזט זיין גאנץ לעבן!
א גוטען אפעטיט. און פארגעסט נישט אינזין צו האבן מקיים צו זיין די מצוה פון ועניתם את נפשותיכם בתשעה לחודש, כל האוכל ושותה בתשיעי מעלה עליו הכתוב כאילו התענה תשיעי ועשירי.
נשלח ב-11/10/2005 19:46
ס'איז דא היינטיגע צייטן זייער אסאך מיני פיש.
וועלכע פון די איז געזונט?
נשלח ב-11/10/2005 19:58
קוק דער בלאג. דאס איז א שיינער כל בו פון אלע פיש אינפארמאציע
www.fishoilblog.com
נשלח ב-12/10/2005 08:48
היינט, ערב יום הקדוש, דארף מען עסן וואס מער, ווי אין דגמרא שטייט: כאילו התענה וגו'. מע איז זיך נוהג עסן נישט נאר פיש, אויך האלעשקעס, (איך ווייס נישט ווי עס איז ביי אייך אנגערופן. ס'איז געמאלען פלייש מיט רייז איינגעוויקלט אין קרויט בלעטער. דאס מאכל איז מען זיך נוהג צו עסן דריי מאל אין יאר. ערב יום הקדוש, ווען מע שלאגט כפרות. פורים, ווען מע שלאגט המן'ען. און הושענה רבא, ווען מע שלאגט הושענות.)
לחיים טובים לשלום, פאר אייך אלע.
און ווידער לחיים!
עס זאל אונדז, דא אין קרעטשמע קיינמאל
נישט פעלן, וואס צו טרינקן און וואס צו קייען!
און לאמיר דאס אלע בשלום פארדייען!
לחיים ר' מאטעס. לחיים
מען האט שוין אנגעהויבען פאסטען און יענעם עק וועלט? אוי ווי איך וואלט געוואלט זיין אין ישראל אויף די הייליגע טעג און ימים טובים. קומענדיג יאר האפענטליך. בעגלא ובזמן קריב
מאטעס, נעבעך, איך האב רחמנות אויף דיר
און אויף אלע דיינע חברים און פריינט
איר קענט שוין נישט עסן, געוואלד
ווען איר וואלט געווען אין אמעריקע
וואלט איר נאך געקענט אריינריקן
און עס וואלט געווען א מצות עשה דאורייתא
קרעמער
נ.ב. יא, יא, איך ווייס אז מוצאי יום הקדוש
וועל איך טרעפן דא א טשעפע אויף צוריק
אבער ווען איך וועל דאס קענען ליינען
וועל איך שוין האלטן נאך הבדלה און נאך די קאפע
2) "קניידאלעך".
כשמו כן הוא , געמאכט פון מצה-מעל מיט אייער.
דאס העסטזיך צוזאמען מיט די זופ.
3) "פראקעס".
דאס איז דער מאכל וואס ווערט הויבן דערמאנט מיטן נאמען האלעפשעס. גימאכט פון קרויט בלעטער באפילט מיט רייז די הינגערישע לייגן הויכט מיט די רייז אביסל גימאלענע פלייש .
דאס איז גיט צו העסן ווען מען וויל, ביי די הינגערישע איז מען מקפיד דאס צו העסן שמחת תורה.
4)"קרעפלעך"
דאס איז אן העקסטערע סארט טייג באפילט מיט געמאלענע פלייש. מען העסט דאס אזויווי די קניידלאך צוזאמען מיט די זופ.
אין פסוק שטייט געשריבן "ה.כ.ה. ת.כ.ה." דאס מיינט דער ר"ת פון: ה'מן כ'יפור ה'ושענות ת'אכל כ'רעפלאך ה'רבה.
כלומר אין דער צייט וואס אידן קלאפן איז די צייט פון העסן קרעפלאך צום ביי שפיל: פורים ווען מען קלאפט המן ביי די מגילה. הושענה רבא ווען מען קלאפט מיט די הושענות. און ערב יום כיפור ווען גאנץ כלל ישראל קלאפט על חטא.
וועגן צאנט און קיגל האב איך נישט ארום גערעט אזויווי עס איז יעצט מוצאי שבת וויל איך קודם הענדיגן פארדייען די עהסן און דערנאך וועט מען אפשר קענען זאך צוריק דערמאנען וועגן האט די שבת דיגע מאכלים.
אויף דער רגע איז מיר אויך בייגעפאלן דאס זעלבע אז חי וקים איז מיין באליבטער גם זו,
אבער נאכער האב איך מיר געטראכט אזוי, פאר וואס זעען אויס א לע שחורים די זעלבע?
ממילא קען מען נישט וויסן .
ס'קען האבער זיין אס יא...
קרעמער :
דאס אז מען עסט נישט קרואויט ערב יו"כ נאר קרעפלאך, האב איך זיך דערמאנט ערב יו"כ ביים טועם זיין פון די קרעפלאך טאקע. אבער איך האב נישט אויספיעט אריינשרייבן דא אין אשכול.