בית פורומים היימישע קרעטשמע

לכבוד ערב יום כיפור: פיש איז געזונט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/10/2005 06:06 לינק ישיר 

חי-וקים;

נחום איש גם-זו איז איינער פון די געשמאקסטע שרייבער אויף אונזער פורום, וואס זיין 'ניק' שרייבט שוין נישט עטליכע מאנאטן. מיר זוכן אים ארום מיט ליכט, און מיר האבן א נחמה פורתא אין אייך, ווייל איר שרייבט זייער ענליך צו אים.

לאמיר האפן אז ער וועט זיך נאך אמאל מגלה זיין צו אונז, אויב נישט, וועלן מיר מוזן אייך אויפנעמען אלץ "עהרן גאסט" פון הייליגן לאנד במקומו. (הגם, איך קווענקל שוין עטוואס, ווייל איר שרייבט זייער שפעט אין די נאכט, ווען אין א"י איז שוין פרי פארטאגס, לאמיר לאזן די מבינים אונזערע דן זיין אין די נושא אין די קומענדיגע פאר טעג).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/10/2005 22:36 לינק ישיר 

ווען קען ציילען וויפיהל מאהל מען האט געגעסן פיש די לעצטע פאר וואכען,

איינער האט מיר געזאגט אז דעם גאנצן חודש איז מען יעדן פארנומען מיט פיש, איין טאג קויפט מען פיש, איין טאג קאכט מען פיש, און איין טאג (אדער צוויי טעג) עסט מען פיש. דוק ותשכח



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/10/2005 15:04 לינק ישיר 

קרעמער;

וואס עפעס האסטו דיך פארטשעפט אין די ניק 'חי_וקים',
קודם האסטו געטענה'עט אז איך בין גאר חי וקים, און יעצט גם זו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2005 18:19 לינק ישיר 

1) נפחא פנחס און נאך א נאמען וואס איז געגעבן געווארן אין א געוויסע אשכול וואס איך געדענק איצט נישט, קענסט שרייען חי וקים ס'וועט דיר גארנישט העלפן, אונזער באליבטער קרעמער גלייכט דאס, איך שטעל מיר פאָר אז ווען א. ב. קרעמער עפנט אן אשכול און עס ערשיינט דארט חי וקים מיט זיין זיסן לאזונג, גיט ער זיך אזא שמייכל אונטער.

2) און צו דיר חשובער קרעמער, זכור לך עתה אתמול אשר דברת, דאס מאל שרייבסטו קלאר פאר א יחיד בלשון רבים, מה זאת אומרת????

3) נחזור לעניינו צו די פיש, ווען מיין אשת חיל האט זיך נעכטן נאך די סעודה דערמאנט אז זי דארף היינט קאכן די פיש אויף שבת קודש הבעל"ט, איז איר זייער שלעכט געווארן, קען מיר איינער העלפן, ס'שמעקט מיר נישט צו קויפן פיש ווייל מיין ווייב'ס פיש איז נישט אויפצוטוישן, קען מיר איינער אן עצה געבן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2005 18:37 לינק ישיר 

על ראשון ראשון:

איך הייס נישט א.ב. קרעמער. אויב איז דאס די פארקורצונג פאר א'ונזער ב'אליבטער קרעמער, וועל איך פון היינט מאל אן שרייבן:

מ.ח.י. התאחדות (מ'יין ח'שובער י'דיד)......

בנוגע די כבוד-טיטלען פון 'איר' און 'אייך':

געווענליך פרוביר איך יעדן צו באטיטלען לפי כבודו, און היות איך ווייס נישט ווער עס איז עלטער אדער יונגער פון מיר, פרוביר איך צו רעדן צו יעדן מיט דרך ארץ. אויסער אויב איינער איז מגלה דעת אז ער ברויך דאס נישט (ווי נאטורליך האט מגלה דעת געווען, און יעצט אויך התאחדות), דאן פרוביר איך צו רעדן צו יענעם פער 'דו'.

בנוגע די פיש;

איך געב זיך נעכטן נאכט א רוף אן צו מיין חשוב'ע מרת קרעמער: וואלסטו געווען אין די גיסטע צו עסן יעצט א שבת'דיגע סעודה??? ווייל טייל יארן קומט שמחת תורה אויס אין א פרייטאג (אזוי ווי פאראיאר)...

איבריג צו זאגען אז מיר האבן אינאיינעם געדאנקט השי"ת אויף די צוויי וואכן-טעג (אן פיש) וואס השי"ת האט אונז פארגינען צווישן די געהויבענע יום טוב טעג מיטן הייליגן שבת קודש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 18:48 לינק ישיר 

מ. ב. קרעמער (ראשי תיבות פון מ'יין ב'אליבטער)
איך וועל זייער הנאה האבן פון דעם טיטול, אבער מיט די פיש ווייס איך נאכנישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן, איך וויל זייער שטארק ארויסהעלפן מיין אשת חיל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2005 19:33 לינק ישיר 

מ.ט. התאחדות (געפון אליין אויס די ראשי תיבות דערפון);

איך האב איבערגעגעבן פאר מרת קרעמער דיין פראבלעם בנוגע די פיש, זי פארשטייט נישט פונקטליך די הויכפונקט דערפון. האט מרת התאחדות נישט ליב די גערוך פון פיש? איז זי סתם פויל צו קאכן די וואך די פיש? וואס איז שבת בראשית אנדערש ווי שבת נח?

זיי איר מסביר אז דאנערשטאג פרשת בראשית (אזוי ווי היינט) זענען באשאפן געווארן די פיש!!! (אפשר וועט דאס העלפן )

אויב גארנישט העלפט נישט, קום אריבער צו מיר... אפשר וועלן מיר זיך אינאיינעם אראפשטעלן און אנקאכן די פיש לכבוד שבת (ווי די תנאים ואמוראים פלעגן טאן, צוגרייטן די שבת'דיגע מאכלים וכדומה).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 20:44 לינק ישיר 

איך קען נאך ביזדערווייל נישט כאפן וואס די ר"ת איז, אבער איך קלער אז במשך הזמן וועל איך דאס פארשטיין

די פראבלעם איז נישט די גרוך, און זי איז אויך נישט פויל -כמדומה-, די פראבלעם הייסט בּאָרד זי ליידט אויף דעם גאר שטארק, איך האף אז מרת קרעמער ליידט נישט אויף די מחלה, און היות זי האט שוין די לעצטע צוויי וואכן נישט אויפגעהערט צו קאכן פיש איז זי שוין בארד געווארן, און דאס איז די חילוק פון שבת בראשית און שבת נח ודו"ק

די הסבר פון די פיש באשאפונג האף איך וועט פועל'ן. א עקסטערע דאנק, נאדיר אזאנס

אז נישט וועט מען טאקע מוזן צוקומען צו די לעצטע עצה איך ווייסט נאר נישט וואו איך טרעף דיר זייט דו האסט דעם לעפטאפ קען מען מיט דיר נישט רעדן געהעריג סאו איך האף דו וועסט מיר מודיע זיין, חוץ מזה דאס האט צייט מארגן, די תנאים און אמוראים רבא חרך שיבוטא, איז געווען פרייטיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2005 20:55 לינק ישיר 

די ראשי תיבות איז: מ'יין ט'ייערער התאחדות;

בארד? א פרוי? האט זי געטרונקען הבדלה וויין? (יעצט פינטל נאכאמאל בארד מיט א פינטעלע אין די ב' און לייג נאך א קמץ... אבער עס וועט נאך אלץ נישט מיינען BORED).

רבא חרך שיבוטא? איך ווייס נישט אין וועלכן דרוק דו לערנסט (עי' אשכול: וועלכע ש"ס גלייכט איר), אבער אין מיין דרוק שטייט אזוי: רב ספרא מחריך רישא, רבא מלח שיבוטא (שבת קי"ט ע"א, קידושין מ"א ע"א).

יעצט איז אזוי, מחריך רישא מיינט אפגיסן דאס קאפ פון די בהמה מיט בריעדיג וואסער אראפצונעמען די האר, און מלח מיינט געזאלצן. ווען דיינע פיש וועלן האבן האר... וועלן מיר מקיים זיין דיין אייגענע מימרא פון חרך שיבוטא.

הגה: איך בין נישט נערוועז.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 21:04 לינק ישיר 

מ. ב. קרעמער

ניחמתני אז דו ביסט נישט נערוועז, אם כן קען מען ווייטער רעדן -שרייבן-

איך האב געשריבן די גמרא לויט ווי עס איז געווען אין מיין זכרון פון 13 יאר צוריק ווען איך האב געלערנט די גמרא צום לעצטן מאל, וה' הטוב יכפר

צום ענין איך קען נישט אזוי גוט אידיש ווי דו האב איך פרובירט ארויסצוברענגן די מערסטע וואס איך האב געקענט, אבער איך זעה אז דו ביסט נישט אן אנגארישער, דו כאפסט גאנץ גוט.

צום פוינט איך האב געכאפט די ראשי תיבות א סעקונד פאר איך האב געפענט די אשכול מיט דיין ביאור



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2005 21:05 לינק ישיר 

אגב, פון וואנעט נעמסטו דאס אז רבא מלח שיבוטא איז געווען פרייטאג??? עס איז געווען לכבוד שבת, אבער לאו דווקא פרייטאג. אדרבא, געזאלצענע פיש קען זיך האלטן זייער לאנג, מען ברויך דאס נישט איבערלאזן אויף די לעצטע מינוט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 21:07 לינק ישיר 

די טעות האט זיך גענומען פון רבא חרך שיבוטא, היינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה, אולי ביסטו גערעכט און ס'יז געווען דאנערשטאג, אם כן בין איך שוין זייער אנגעצויגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2005 21:40 לינק ישיר 

שוין ווייטער חזר'סטו איבער דעם חרך שיבוטא. די ווארט איז מחריך רישא/מלח שיבוטא.

מען זעט אז דו לערנסט נישט דף היומי, דאן וואלסטו געלערנט די גמרא פון שבת קי"ט נישט לאנג צוריק.

כולי האי ואולי וואלסטו נאך געדענקט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 21:43 לינק ישיר 

מ. ב. קרעמער אוי דו כאפסט נישט[\-/]

איך האב דיר געזאגט -געשריבן- אז די טעות אז ס'יז געווען פרייטאג נעמט זיך פון מיין ערשטן טעות, ווייל חרך שיבוטא מוז דאך זיין אז סיז געווען פרייטאג, קאופטשאסט???

תוקן על ידי - התאחדות - 27/10/2005 21:43:52



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2005 21:54 לינק ישיר 

וואס מאכט דיר טראכטן אז אפברענען די האר פון די בהמה מוז געטאן ווערן פרייטאג?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > לכבוד ערב יום כיפור: פיש איז געזונט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.