די וועד הנהלה זיצט יעצט איבערגעבויגן איבער די לעצטע דעטאלן פון די גרויסצוגיגע פלענער וואס אנבאלאנגט די אומפאזאנטע יום טוב סוכות וואס ווערט ערווארטעט ביי אונז אין די קרעטשמע.
טויזנטער געסט פון אלע עקן וועלט האבן זיך שוין געמאלדן, מען וועט אי"ה צושטעלן א'כילה ש'תיה ל'ינה פאר אלעמען, ווי דער שטייגער איז ביי אונז די גאנצע קיילעכיגע יאהר.
ווער עס וויל מנדב זיין א סעודה לכבוד אן אושפיזין אדער לעילוי נשמת אן אלטע ניק, קען זיך מעלדן צום 'קרעטשמער'.
די הויכפונקט וועט מסתמא זיין ביי די אושפיזין פונעם דיין וואס געפאלט אויס היי יאהר פונקט חול המועד, דער עולם וועט זיך משמח זיין מיט אלטע וויין און פרישע געבעקס, צוגעשטעלט דורך די דיין'טע.
הונגערט אייך אויס. פרטים יבואו.
נשלח ב-14/10/2005 20:29
הו!!!, קוים געענדיגט אויפשטעלן די גרויסע סוכה אינדערויסן, איך זאג אייך, ווי איר קענט אליין זען, ממש א יופי, כעין תדירו ממש, קיינער וועט אפילו נישט כאפן אז מען זיצט נישט אין קרעטשמע אליין נאר אין די סוכה, אלע טישן און בענק האט מען ארויסגעשלעפט, דעם קאונטער מיט די הויכע בענקלעך פאר די קרעטשמער (חוץ נפחא'ס בענקל, איך ווייס נישט פארוואס אבער נאך אלץ עקל איך זיך עס אנצוכאפן...), און די משקה פעסלעך זעלבס פארשטייט זיך אויך.
נו, קומט אידן לאמיר מאכן א גוטן לחיים!
ושמחת בחגיך!!!!, והיית אך שמח!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!,
אהוי!!!!!!
ושמחת בחגיך!!!!, והיית אך שמח!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!,
אך אך שמהייאח!!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!
נאכאמאל!!... אך אך שמהייאח!!!!!, אך אך שמהייאח!!!!!
דו קענסט קיין סאך דא נישט טוישן, איך בלייב 'ראשאקאהעל' און די בלייבסט 'נפחא'..... אקעי!..... געפעלט דיר יא צו געפעלט דיר נישט.....
נשלח ב-16/10/2005 03:06
יענטאאש;
אלץ גוטער חבר, וואלט איך דיר געראטן זאלסט זיך נישט רייצן מיט פנחס'ל (נפחא), ווייל למעשה זיצט ער יעצט אויף די וועד הנהלה פון די קרעטשמע און ס'איז בידו צו חוסם זיין שרייבער, כחומר ביד היוצר כן יענטאאש ביד נפחא, סא... וואטש אוט.
אבער, ווי באלד, פטור בלא כלום אי אפשר. וועל
איך זיך באמיען אפשיקען פאר אייך אלע, א גרויסן
שמעקעדיקן רעטעך-קיגל. ממש צו באלעקען די פינגער.
מאטעס.
נשלח ב-16/10/2005 22:38
קרעמער;
ס'קען זיין אז דו ביזט גערעכט, און איך בין א אויבער-יענטאאש, אבער איך קען זיך נישט העלפן, ביזדערווייל האב איך נאך אלץ 'נפחא' דארט ווי איך האב אלע נפחא'ס....
נ.ב.: למען השלום האב איך גראדע שוין איבערגעבעטן נפחא'ן אין אן אנדערן אשכול.