הילף: קורות הדורות
רבותי! מיין יוכ"פ איז אדורך מיט פליענדיגע קאלירס.
כ'האב געזוכט מיט וואס צו פארליינען די איבעריגע צייט ווען די בעל תפלה גארגעלט זיך. נו גיי ברענג א "פארטשען" מאגאזין אין ביהמ"ד (זינט פארגאנגענעם חודש, ווען זיי האבן אנגעהויבן ערשיינען יעדע צוויי וואכן, קען איך קוים אניאגן צו ליינען) אדער אפי' א "רידערס דייזשעסט". כאטש דאן, וואלטן מיינע נייע שכנים פון די צוויי זייטן איינגעזיצן, אנשטאט זיך אונטערהייבן יעדע פאר מינוט צו זעהן ווער עס גייט צו פותחין הארון.
האב איך מיר פארשאפט א אידישע היסטאריע בוך, געשריבן אויף לשה"ק\היברו, און איך האב גארנישט באמערקט ווי די זייגער ריקט זיך אזוי שנעל! פאר מיינע שכנים האט זיך גענצליך נישט געגלוסט אריינצוקוקן אין די "ספרים" וואס דער איד איז אזוי פארטיפט.
ליינענדיג, האב איך געזעהן ווי דער שרייבער שטעלט אראפ א באגריף אין היסטורי, אז 1970 (ה'תשל"ג) ווערט באצייכענט אלס דער אנהייב פון די תשובה באוועגונג. ער איז דאס מדמה צו ה'תק"כ, ווען חסידות איז געבוירען געווארן.
מיר, איז דאס געווען א געוואלדיגע חידוש.
אפשר קען מיר איינער געבען מער "אינסייט". וואספארא באוועגונג מיינט מען דא? איך בין פשוט אומוויסענד.
***
מוצאי יו"כ, א פרייליכע מאמענט אויפן אידישע קאלענדאר.
איך האב געגעסן די סעודה ביים שווער.
מיין שווער שעפט נחת ביי אזוינע צוזאמקומען. בניך כשתלי זיתים סביב לשלחנך.
ביים אהיימגיין, ווען איך בין שוין געווען א בלאק פאראויס, און די קונדער לויפן ביזן נעקסטן "קראסינג פאונט", רוימט מיר מיין ווייב אריין אין אויער: פון די גערוך אין דייניג רום האט זיך געשפירט ווי דער עולם האט זיך נישט געזייפט א מעת לעת.
גיי זיי איר מסביר תוספות יו"ט יוכ"פ איז א דאורייתא.
האטס מיר א גוט שבת.
תוקן על ידי - average - 14/10/2005 21:25:22
 |
|
|