בית פורומים היימישע קרעטשמע

וויאזוי זאגט מען דאס אין ענגליש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/10/2005 21:30 לינק ישיר 
וויאזוי זאגט מען דאס אין ענגליש

איינער האט אנגעפרעגט וויאזוי מען זאגט "נחת" אין ענגליש.

אט האט איר דעם ענטפער אין א דיקשאנערי פון די ווארט "נחת":


Yiddish for joy or blessings,pride especially from ones children, grandchildren
May your new son give you much nachas in years to come


כאפ א בליק אויך דא:

http://www.answers.com/topic/nachas

און דא (אויב דו ווילסט 'שלעפן' נחת):

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1469379




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/11/2005 01:51 לינק ישיר 

וויאזוי זאגט מען "פי שנים" און ענגליש?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 02:06 לינק ישיר 

ענגליש קען איך דאך גוט... עס איז דאך מיין מוטער שפראך.

MULTIPLE TIMES




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2005 15:31 לינק ישיר 

הער גראף, ווי די ווייסט קען איך גאנץ קנאפ ענגליש, כ'האב נאר ערגעץ געזעהן אז מ'זאגט עס אזוי "P2" , האב איך געוואלט זעכער מאכן צו ס'איז טאקע אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 16:23 לינק ישיר 

עס איז שוין מסתמא געווען דא שמועס דערוועגן, בין איך דאך ניי דא לאמיר פרובירן עפעס מעיר צו זעהן.

אויף פארקערט, ווי אזוי זאגט מען די ווערטער אויף אידיש:

תגובה:

ניק:

אישית: אפשר "פערזענדליך", אקעי.

אן אלטע דיבאטע וואס איך האב שוין אמאל געהאט, אז ווען איך שמועס אין ביהמ"ד, און איך וויל זאגן אז "קרעמער" האט מיר אריינגעזאגט, "קרעמער" האט מיר געווארנט וכדו', אדער אין "חדשות" [קאמפעטישאן?...] Jewbow האט געווארנט ברבים, ביי אזלעכע פעלער פרובירט מען צו זאגן "מנהל", און דאן דרייען זיך אויס אלע מענטשן פון די "ברכת כהנים" זיצן, טאטעס פון קינדער, און קוקן מיר אן אלטס דער שטאט רחמנות. ס'טייטש: דער "מנהל" האט מיר געשריבן א בריוו...

ווען וועט שוין קומען די גאלדענע מינוט, אז אלע חניאקישע מענטשן וועלן וויסן צו זאגן פון הייד-פארק, אנטשולדיגט: פון "קרעטשמע", און מ'וועל מיר זיך נישט דארפן מער שעמען? ווען?

צוריק צו שפראך, האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך: אלע שפראכן ענדיגן זיך מיט א שי"ן.

קוקט: ענגליש, אידיש, פראנצויזיש, ספאניש, דייטשש, וואס נאך?


וואס איך זיץ שוין דא אפאר מינוט, און קיינער ברענגט מיר נישט צו קיין משקה? העי, איך דארף זעהן צו ס'לוינט דא צו זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/11/2005 17:24 לינק ישיר 

שלום עליכם יגר סהדותא (ממש ענינא דיומא... קומענדיגע וואך ליינט מען דיר אין די סדרה);

1. תגובה מיינט א "מעסעדזש" "POST" וכדומה, עס איז א מאדערנע ווארט (עברית).

2. ניק איז אן ענגלישע ווארט, אויף אידיש מיינט דאס א "צונאמען", אין לשון הקודש א "כינוי", המכנה שם לחבירו וכו'.

3. אישית מיינט טאקע פערזענליך, עס איז א מאדערנע ווארט (עברית).

אינטערסאנט טאקע, לשון הקודש ענדיגט זיך אויך מיט א שי"ן, (עברית נישט... הע הע הע ס'טאקע נישט קיין שפראך).

וואס נאך ברויכסטו? א פלעשל ביר? אזוי פרי? ווארט צו אביסל, איך האלט קוים נאך די קאווע...

==

אגב, קרעמער איז נישט מנהל..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/11/2005 19:39 לינק ישיר 

"פי-שניים" וויאזוי מ'זאגט אין ענגליש ווייסעך טאקע נישט, אבער אין אידיש מיין איך זאגט מען דאס עפעס אזוי:

"א שטאקיגס"

--
און אויב שוין יא אזוי:
וויזוי זאגט מען אין ענגליש א
"כפול שמונה"?

----
פארגעסן, א ווארט צו קרעמער:
ס'טע פארגעסן?
נעוואדאי זאגט מען: דאס איז אן עברית'יש ווארט.

תוקן על ידי - יין_שרף - 30/11/2005 19:41:23



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2005 21:02 לינק ישיר 

יין שרף;

דו מיינסט אוודאי "העברעאי'ש"...

"כפול שמונה" זאגט מען אין ענגליש KRISPEDIN.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 00:57 לינק ישיר 

די "יש" סוף פון א ווארט איז נישט א חלק פון די ווארט, עס איז אן אות המשתמש אזוי ווי חסיד'יש, ישיבה'יש, גויאיש, אד"ג צוליב דעם ענדיגט זיך א יעדע שפראך מיט א "יש" אין עברית לייגט מען צו א "ת" ווי עברית, צרפתית, גרמנית, וכדומה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 18:23 לינק ישיר 

קרעמער

1)תגובה איז טייטש אין אידיש, "רעאקציע"

2) אונזער עדות האט נישט געשריבן אז דו ביזט מנהל אין קרעטשמע, קוק ביטע איבער זיין רעאקציע.

הערה בעלמא, איר קאנט ווייטער טרינקן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 19:13 לינק ישיר 

סאכדעס;

אויב תגובה מיינט רעאקציע, האסטו אן אלערגישע תגובה.

און אונזער 'גאסט' (נישט עדות) האט יא געשריבן אז קרעמער איז מנהל. דוק ותשכח.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 19:58 לינק ישיר 

1) זאל זיין אזוי


2) מ'קען אבער זאגן אז ער האט דאס נאר געמיינט אויף די חדשות אנ"ש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 21:00 לינק ישיר 

סאכדעס;
לויט ווי איך פארשטיי מיט מיין פיצעלן שכל איז "יגרסהדותא" נישט קיין מדרש, און מען קען נישט אריינקוועטשן קיין פשטים אין זיינע ווערטער, ער האט קלאר און דייטליך ארויסגעשריבן אז קרעמער איז מנהל, ודי בזה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/12/2005 22:08 לינק ישיר 

סאדעס אנטשולדינגזשע ביטע, מען זאגט ניש רעאקציע, בא אונז זאגט מען "רקאציע" פארשטאנטא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 22:33 לינק ישיר 

נישט קיין מדרש בין איך?? הא?? נאר וואס?

איך דערמאן זיך אזוי, שווערע צייטן האב איך אמאל געהאט, נישט יעדער האט מיך אלעמאל אויפגענומען מיט אזא הערצה ווי דא אין קרעטשמע... ביי אברהם אבינו'ס הויז, דארט האט מיך אליעזר עבד אברהם געגעבן אזא קאפא, אז איך בין ארויסגעפלויגן פון דארט פון אלע פיר טירן...

איך פרוביר מיך נאך היינט צוזאמצושטיקלן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2005 00:08 לינק ישיר 

יגר (עפעס מיט 'הגר'?);

נישט קיין מדרש. סתם א פליאה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וויאזוי זאגט מען דאס אין ענגליש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext