שעמעדיג, איך קוק דעם פורום גאר א קרעטשמע, לאמיר פרובירן
אזויפיל מוז זיכער זיין, שלום בית וועלן מיר האבן זייער גוטע, מען לייגט צוזאם איין טאג די וואכענדיגע טלית איין טאג די שבת'דיגע וחוזר חלילה, קען נישט שאטן
ווי האט דער אונגארישער יונגערמאן זיך צוכליפערצט איין טאג, מיין ווייב איז אזא געשיקטער, זי צוגריקט זיך נאך איידער איך האב דעם געלעגנהייט עס צאמצולייגן
ווייסע טישטעך אהער, ווילאנג ס'ליגט אהין, מיין פראבלעם איז וויאזוי שלעפט מען סוכות דעם טלית אויפן רוקן די אתרוג מיטן רעכטן האנד, די לולב צווישן דעם אגודל אינעם אצבע... און דא פליהט אראפ דאס גארטל
מי שאמר לצורתי די... אין הושענא רבה מיט די ערבות, איך וויל בעסער נישט טראכטן
|
|