| נשלח ב-17/10/2005 01:24 |
|
| |
א קרעטשמע אן וויין?
איך דריי זיך אין קרעטשמע שוין א לאנגע צייט. די לופט איז אנגעפילט מיט א שטיקיג גערוך, עס שפירט זיך אז וויין איז פון די זאכן וואס פעלט דא קיינמאל נישט. יעדע עטליכע מינוט הערט זיך קלאפערייען פון גלעזלעך און הילכיגע לחיים געשרייען טראגן זיך ווייט אוועק, עס זעט אויס שטענדיג לעבעדיג. אבער...
ווי זענען די מומחים וואס פארשטייען צו א געשמאק גלעזל וויין? איך האב נאך קיין אשכול אויף דעם נישט געזען. פארוואס זאל זיך נישט איינער נעמען די מי און מסביר זיין וועלכע וויין עס לוינט צו נעמען אין גארגל אריין?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 01:37 |
|
| |
העי יאגעלע, גוד 2 C-U בעק אין די קרעטשמע, לאנג טיים NO C
עניוועי, מבינות אויף וויין? יאנוש! קום נאר אהער, פול אן יאגעלען עטליכע כוסות, אז ער זאל פארגעסן צוליב וואס ער איז אריינגעקומען... נאכהער וועט ער זיך שוין אליינס איינרעדן אז ער איז א מבין... לחיים!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 01:40 |
|
| |
איך האב געוויסט אז נאך אפאר גלעזלעך וועט מיין קאפ זיך אנהייבן דרייען אז איך וועל נישט וויסן די סיבה פון מיין סטאפ דא. אבער איך וויל דאך וויסן א גוטער וויין לכבוד יו"ט..
אגב ווער איז יאנוש? איך קען נאכנישט די חברי' דא, אפשר קענסטו מיר דאס אויך ערקלערן איך זאל זיך קענען פירן מיט יעדן ווי עס פאסט און נישט בעטן דעם ראש הקהל ער זאל אויסקערן דעם צימער און ....
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 01:57 |
|
| |
ר' יאגעלע:
וואס דרייט איר זיך אזוי ארום אין קרעטשמע צווישן די שענק און טישן,
זעצט אייך אראפ, מאכט אייך היימיש.
פארשטייט זיך, איך וואלט אייך געווען גערן דערלאנגט א גלעזל שנאפס, איר זאלט אייך קענען נאס מאכן דעם גימען,
איך ווייס נאר נישט וועלעכס פון די אלע אלקעהאלישע געטראנקען איז אייך צום הארצן,
וויין (וועלעכע)?; ביר (וועלעכע)?; בראנפען (וועלכע); איין זאך איז זיכער,
והשתי' כדת אין אונס...
וועלט אייך אליין אויס וועלעכס ס'איז אייך צום הארצן, און מאכט אייך היימיש און באקוועם און זייט אייך מכבד.
---
בנוגע אייער פראגע וועגן די וויינען:
דא אין די זייט, אין קהל'ס אפיס, קומט אצינד פאר די זיצונגען פון די ראשי קהלה, ווי איר זעט זיצן זיי אצינד איינגעבויגן איבער די פונקטליכע דעטאלן, בנוגע די "שמחת בית השואבה" וואס גייט פארקומען דא אין קרעטשמע, קומענדיגן חול המועד אי"ה, און לויט ווי עס ווערט געמאלדן, וועט זיין צו באקומען אלטע וויינען, ווי אונזערע באליבטע קרעטשמער'ס וועלן זיך לאזן הערן זייער גרויס מבינות אינעם ענין פון די געטראנקען...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 02:06 |
|
| |
רבי ר' זארעעעעעחך,
הבא ברוך,
ווי א גרויסער לעמעך,
שוין אזוי לאנג איך זיך דעך,
ווי ביזטו פארשוואונדן,
שוין אזוי לאנג זיך נישט פארבינדן,
איך וויל דיך נישט סתם די הויט שינדן,
אבער האסטו לעצטנס נישט דיין קאמפיוטער אנגעצינדן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 02:14 |
|
| |
אה פלוצלינג מיטאמאל
ב"ה איך זע שוין ענדלעך דעם ראש הקהל
ווייסטעך די טעג בין איך פארנומען מיט מיין פאך
קיין צייט האב נישט קיין סאך
דער עולם קומט צו לויפן מיט די מינים אראפ און ארויף
ווי די פרויען מיט א שאלה'דיגן עוף
פונדעסטוועגן דאך אויפן וועג צוריק
אויפן פארום געכאפט א בליק
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 02:19 |
|
| |
שוין וועלן מיר דיר מוזן מוחל זיין, אונז גרויסע קנאקערס,
וויל אן קיין דיין, זענען דאך אונז און די ווייבער אויס קאפעלוטש מאכערס,
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 02:25 |
|
| |
עפעס א קלייניקייט
אין די היינטיגע צייט
דער ראש הקהל האט געגעבן דעם דיין מחילה
אפי' ס'איז שוין באלד דריי טאג נאך נעילה
און באמת, איך וואלט ווייטער מיט אייך געווען אזוי שיין פארברענגט
כאטש די צייט איז מיר געענגנט
דער פראבלעם איז נאר אצינד
אז דער 'פארק' ארבעט עפעס נישט אזוי געשווינד
עס איז עפעס טו מאטש
א יאר מיט א מיטוואך יעדע טאטש
קוים ער רירט זיך
ממש עס דערנעווירט מיך
דעריבער בין איך מיט דעם מסיים
און דא האט איר א לחיים
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 05:48 |
|
| |
שוין ווייטער האט דאס פאסירט
דער ראש הקהל האט זיך די הענט צופירט
מיטן דיין אין א העפטיגן שמועס
אוי ווי שיין און ווי זיס
אבער מיר האט איר נישט גערופן
כאילו איך וואלט געווען בגילופין
איך בין אויך א מענטש צום טיש
זאגט איר אליין: אפשר נישט?
איך בעט זיך צו אייך ווי צו א גזלן
נעקסט טיים זאלט איר מיר אנקאלן
מעלדט מיר איין פון פאראויס
אז א גרויסע מיטינג קומט פאר אין הויז
בזכות זה זאלט איר זעהן נחת לרוב
און א פרייליכן אויפגעהייטערטן יום טוב
קרעמער
נישט קרעטשמער
|
|
|
|
| נשלח ב-17/10/2005 20:11 |
|
| |
אוי קרעמער טייערער,
כ'האף דו וועסט מיך פארשטיין זייער,
אבער ווי גרויס און וויכטיג דער ראש הקהל טוט נאר זיין,
ברויך ער אויך אמאל רעדן פריוואט מיטן דיין.....
וק"ל,
וד"ל,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2005 03:15 |
|
| |
איבערליינענדיג אלטע אשכולות (אז קיינער איז נישט דא, נעם איך ארויס די אלטע ביכער) זעה איך אז טייל מיטגלידער זענען שוין ליידער נישט מיט אונז.
וואו איז יאגעלע?
י - א - ג - ע - ל - ע ו ו א ו ב י ס ט ו ? ?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 16:22 |
|
| |
איך האב זיך גענומען צו די משקה.
זעסט מיר נישט דארט ביים ווינקל זיך ווארפן?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 19:08 |
|
| |
יאגעלע;
נאך א מזל אז דו האסט זיך באצייטענס אנגערופן, מיר האבן שוין געוואלט באשטעלן א לוי' קאר...
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|