קען זיין אז די טייטשט אויס "קרעמער'ס" תגובה אנדערש ווי מיר; איך האב פארשטאנן אז חנוכה האט ער נאכנישט צונומען זיין סוכה.
תוקן על ידי - sushi123 - 17/10/2005 19:22:20
נשלח ב-17/10/2005 19:27
אה כהאב נישט געכאפט, אפשר ביסטו גערעכט
נשלח ב-17/10/2005 19:31
איך האב גערעדט פון די לייטער סוכה אדווערטייזמענט. פרעג לייטער אויב דאס איז ווירקליך פארגעקומען אום סוכות אדער אום חנוכה
נשלח ב-17/10/2005 19:33
קרעמער איך האב געמיינט אז דו האסט שוין נישט קיין צייט צו קיין צייטונגען, דאס איז דאך נישט פון אלץ קינד
נשלח ב-17/10/2005 19:36
איין צייטונג זעה איך יא, דאס איז די 'בולעטין' וואס מען שטופט מיר אריין אין פאסט-קעסטל אומבאצאלט.
נשלח ב-17/10/2005 19:37
דארפסט דיך נישט אלעמאל פארענפערן, איך ענפער אויך נישט אלעמאל איך האף אז דו קוקסט אמאל איבער די געהענגליך קענסטו זעהן אז נישט איבעראל שטופ איך מיר אריין די נאז
נשלח ב-17/10/2005 19:39
איך אויך נישט. איך שטופ געווענליך אריין מיין נאז נאר אין א טישו.
נשלח ב-17/10/2005 19:48
בדרך אגב איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט פון א בעל דרשן זאגט ער אזוי: יעדע זאך האט ביי יעדן אן אנדערן משמעות, לדוגמא זאגט ער (דער בעל דרשן) דריי מענטשן גיבן א ניס אין פראנט פון מענטשן איינער דרייט זיך אוועק און נעמט א טישו און ווען ער דרייט זיך צוריק פארענפערט ער זיך אזוי איידילערהייט מיט א רויט פנים (אפשר די איך ווייס נישט ) נו "א מענטש איז דאך נאר א מענטש", דער צווייטער דרייט זיך נישט אוועק ער נעמט נאר ארויס די טישו בפני כל קהל ועדה און בלאזט זיך אויס די נאז און זאגט "א מענטש איז דאך נאר א מענטש", דער דריטער משא"כ (דער בעל דרשן האט עס ארויסגעזאגט, איך האב נאר נישט קיין סאך צייט -איך דארף שוין לויפן ביז דריי אדער פיר מינוט- שרייב איך עס מיט ראשי תיבות) באמיהט זיך בכלל נישט צו נעמן קיין טישו נאר ער בלאזט אזוי בפני וויאזוי הייסט עס און ער שלעפט ארויס די ארבל פון אונטערן רעקל און ער ווישט זיך אפ די וואנצעס און ער זאגט (דער דריטער מענטש) אזוי איידילערהייט "א מענטש איז דאך נאר א מענטש"