עס הערשט א מאנגל אין די צוויי ארטיקלן
צייט און קעש!
וואו איך גיי און וואו איך שטיי זעה איך מענטשן פאריאגט און פארפלאגט, מען לויפט מיט שטעכעדיגע לולבים מיט געלע און האלב גרינע אתרוגים, מיט געדריפעלטע הדסים און ערבות וואס האבן שטארק רויטע ריטלעך אויף איין זייט. דער איז פארטאן מיט זיין שלאק, דער מיט זיין שלאקטע, איינער לויפט מיט א צוויי ביי פיר פיסיגע ברעט, און דער אנדערער לויפט מיט א ברעט אויף אלע זיינע פיר. איינער לויפט צום דיין מיט א לולב, דער אנדערער לויפט צום עי.טי.עם. מאשין מיט זיין אתרוג, זעהט אויס ער וויל עס איינקעשן... שעפעלע, דער עי.טי.עם. וועט דיר נישט רעכענען דערויף מער ווי א לימענע... גיי ענדערש צום אפלייענס געשעפט, קויף דיר א שרויף, דריי עס אריין אין דעם פיטום און הענג עס אויף אויפן דאך פון די סוכה, זאלסטו כאטשיג שפירן דעם גערוך דערפון א גאנץ סוכות. הגם גרינע קעש שמעקט עטוואס בעסער.
איך דריי זיך ארום אנע קאפ, א טאש אנגעפולט מיט טשעקס, בלי שום גוזמא כמעט א מיליאן דאלער (מיט א בית), אבער אז עס איז נישט גרין איז עס גארנישט ווערט, כ'מיין נישט ממש גארנישט, מען קען דאס נוצן פאר אשר יצר פאפיר, אבער נישט פאר קיין וויכטיגערע צוועקן, בפרט יעצט ווען עס איז אויסגעפאלן פונקט ערב יום טוב שבת ראש כיפור יום השנה גדליה אזוי ווי היי יאר ווען צום ימי עשרת איז צווישן שובבים רבה און הושענא זאת קטן א וואך פאר פורים בטבת תענית און גלייך נאכדעם קומט שוין מוצאי בה"ב שמחת עצרת תורה מתן אוי איך בין שוין אביסל פארפארן, איך האב ווייזט אויס צי פריה מקיים געווען דעם מצות עשה וואס שטייט אין אלע דריי היימישע צייטונגען געספאנסערט דורך קדם אז מען מוז טרונקן צוויי גלעזער וויין צוויי מאל א טאג פסח שבועות און סוכות.
האט מיר א פרייליכן יום טוב און גרינע קעש מיט אסאך צייט.
תוקן על ידי - קרעמער - 17/10/2005 6:21:12
 |
|
|