פום פאראפאם פום פאראפאם טירירירירירירירי קומט יעצט אריין די נייעס אין קרעטשמע - געמאלדן דורך סושי123- אז אונזער חשוב'ער מנהל משנה ר' פנחס נפחא שליט"א האט זיך געטוישט ניק צו 'פענסטער'.
לאמיר אים אנווינטשן אסאך הצלחה מיט זיין נייע ניק, זאל ער טאקע קענען זיין דער ריכטיגער משגיח מן החלונות, אכט געבן אויף די קוואליטעט פון די קרעטשמע, און די שויבן זאלן זיך נישט שפאלטן טראץ די פראסטיגע ווינטער וואס ערווארט אונז.
באזונדער וויל איך אים אפגעבן א יישר כח גדול פארן נעתר זיין לבקשתינו ולבקשת אנשי שלומינו און זיך טוישן דעם ניק. כמאמר חז"ל: מעולם לא עברתי על דברי חבירי (שבת קי"ח ע"ב).
נשלח ב-27/10/2005 22:17
איך בין דוקא נישט צופרידן מטעמים וואס איך האב שוין געזאגט -געשריבן- אין אנדערע געהענגליך, און עוד מטעמים הכמוסים, אשר על כן בעטן מיר פון דיר טייערער נפחא געב נישט אויף
נשלח ב-27/10/2005 22:25
ווען דו רעדסט צו נפחא איז כאילו דו רעדסט צו הוטקע... די מענטשן עקזיסטירן שוין נישט. גיי רעד צום דופן (כמבואר ברש"י ברכות ח' ע"ב: אזנים לכותל).
נשלח ב-27/10/2005 22:41
אוי ואבוי לנו איך האב געהאפט אז מ'וועט נאך וויסן אין קרעטשמע פון וועמען זיך אוועקריקן ווען ס'שמעקט נישט גוט, נפלה עטרת ראשינו
נשלח ב-27/10/2005 22:46
התאחדת זאג נאר די ארבייסט נישט היינט
נשלח ב-27/10/2005 22:48
לויט ווי איך געדענק האט התאחדות געשריבן ערב יום טוב אז ער זיצט און ווארט אז די טעלעפאנען זאלן זיך צוקלינגען. ווייזט אויס אז איינער פון זיינע מיטארבייטער האט ליב צו ליינען וואס ער שרייבט אויף היידפארק, האט ער געמאכט די רינגער זאל זיין OFF............................................
נשלח ב-27/10/2005 22:49
נישט געהעריג פארוואס פרעגסטו???
נשלח ב-27/10/2005 22:52
התאחדות ט';
לייג ארויף די פאון אויף די הוק... איך פרוביר שוין צו רופן די לעצטע זעקס שעה... און איך הער טעטעטעטעטעטעטעטעטע
נשלח ב-27/10/2005 22:55
אזוי קוקט אויס איינער וואס ארבעט נישט פאר 2 וואכן
נשלח ב-27/10/2005 22:55
התאחדות
התאחדות ט' מיינט טייערע (אזוי מיין איך)
נשלח ב-27/10/2005 23:01
מ.ב.קרעמער נאך א מזל אז דו האסט מיר דערמאנט, איך וואונדער מיך פ"וו איך באקום נישט קיין קאל פון מיין באוס געווענדליך רופט ער יעדע צוואנציג מינוט, איך האב אנגעהויבן צו טראכטן אפשר וויל ער אז איך זאל שרייבן אויף היידפארק ממילא וויל ער מיך נישט שטערן, ער מיינט אפשר אז זיין ביזנעס נעים ווערט אדווערטייזט ווען איך שרייב א תגובה, אבער איצט האב איך מורא אז ער האט אויך געהערט וואס דו הערסט שוין פאר די לעצטע 6 שעה....
נשלח ב-27/10/2005 23:03
וואטס דאון וואס מיינסטו שוין דארט פאר וועמען זאגסטו אריין אין אויער וואס התאחדות ט' מיינט??
נשלח ב-27/10/2005 23:07
פריער האב איך געזען אז עס האט גענומען צו לאנג ביז די האסט געכאפט זיינע ראשי תבות האב דיר געוואלט ארויס העלפן
נשלח ב-27/10/2005 23:10
איך בעט דיר איבער אבער נעקסטיים ווען דו רעדסט צו מיר קוק אויף מיר, איך בין אפשר נישט אזוי הויך אז דו וועסט נישט קענען זאגן וואטס אפ, העכסטענס וועסטו זאגן וואטס דאון
נשלח ב-27/10/2005 23:16
סושי;
דו מיינסט מיר? איך האב טאקע נישט געארבעט פאר צוויי וואכען. אבער וואס הייסט 'אזוי קוקט אויס'? וויאזוי קוק איך אויס?