מיט השי"ת'ס הילף וועלן מיר יעדע וואך פרעגן עטליכע שאלות אויף די סדרה. און מיר האפן אז דער עולם וועט זיך נעמען די מיה און ענטפערן דערויף. אויך וועלן מיר זיך פרייען אויב אנדערע וועלן אנפרעגן אנדערע שאלות, און מיר אלע דא וועלן האפענטליך פרובירן צו ענטפערן. ווייל: פארוואס זאלן מיר נישט אביסל אויסנוצן די צייט מיט עפעס ממשות'דיג?
פרשת נח
1. וויאזוי האט געהייסן נח'ס ווייב?
2. ביי וועמען איז נח געווען אן איידעם?
3. וואו זענען די הרי אררט?
הצלחה רבה
נשלח ב-30/10/2005 06:03
זאל איך ווייטער פרעגן מיינע שאלות אדער דו ווילסט מיך איבערנעמען?
אדער ווער עס איז קודם?
נשלח ב-30/10/2005 06:32
אנדערש ווי דיר - געשמאקער - וואס דו פרעגסט טאקע א שאלה יעדע וואך אבער עס האט בכלל נישט צוטאן מיט די סידרא (צב"ש די שאלה פון יעלה ויבא און ראש חודש חשון האסטו געדארפט פרעגן די וואך, און נישט פרשת האזינו אדער וילך), וועל איך פרובירן פרעגן עפעס וואס האט דירעקט א שייכות מיט די סידרא.
איך מיין בכלל נישט צו גיין אין קאמפעטישן מיט דיר ח"ו, אדרבה מינא ומינך תסתיים שמעתתא, יגדיל תורה ויאדיר.
נשלח ב-30/10/2005 08:10
פאר איך פרוביר צו ענטפערן קרעמער'ס שאלות האב איך געוואלט צולייגן נאך א שאלה עס איז נישט ממש פון פרשת נח נאר אפשר באלאנגט עס צו בראשית אבער אזוי ווי בראשית איז שוין אריבער לייג איך עס דא.
וועלכע חלק אינעם גוף האבן די ערשטע פאר דורות פון די וועלט געהאט אנדערש ווי מיר האבן היינט?
המקור להתשובות: רש"י פר' בראשית (ד, כב ד"ה נעמה) בשם המדרש רבה (פכ"ג ג), ועי' בשפתי חכמים שם אז וועגן דעם האט נח געהאט צוויי קינדער צדיקים און איין רשע ווייל נעמה האט געהאט דריי ברודערס צוויי דערפון (יבל און יובל) צדיקים און איינער (תובל קין) א רשע, און די קינדער זענען דאך געראטן ווי די אחי האם עיי"ש.
נשלח ב-30/10/2005 23:23
איך געדענק פון אלס קינד אז מ'פלעגט זאגן אויף איינעם וואס שרייבט מיט גרייזען אז ער "שרייבט נח מיט זיבן גרייזען".
וויאזוי שרייבט מען נח מיט זיבן גרייזען?
נשלח ב-31/10/2005 00:35
בערעכ אזוי ווי מ'שרייבט...
ז א ר ע כ ...
GO FIGURE
נשלח ב-31/10/2005 03:32
פעדעקס;
נואיעאחכך
קרעמער;
לזכרוני זענען די פינגערס צוטיילט געווארן ביי חטא אדם הראשון ווען ער איז געבענטש געווארן בעצבון תאכלנה...בזעת אפיך.
נשלח ב-31/10/2005 05:58
געשמאקער;
איך האב דיר געווארנט אז אויב איך וועל פרעגן די שאלות וועסטו נישט וויסן צו ענטפערן!
ראה פירוש הרא"ש על התורה (בראשית ה', כ"ט) וז"ל: נמצא בשם רבי יהודה החסיד ז"ל שקודם שנולד נח לא היה להם פיסוק אצבעות, והיו חורשים בידיהם, ונח נולד בחילוק אצבעות ולא היה בו כח לחרוש בידיו, וזה שאמרו חז"ל (תנחומא י"א) מחרישות תיקן להם עכ"ל.
==
א ווארט צו דיר בן הרחמן;
דו מיינסט אז איך פרעג פסוקים פון חומש, אדער אפענע רש"י'ס? איך בין נישט קיין כיתה אל"ף רבי... איך רעד דא מיט ערוואקסענע (?), קראץ אפיר עפעס אן אנדערן שווער פאר אונזער זיידע ר' נח'ן.
נשלח ב-31/10/2005 07:54
איך וועל פרעגן א שאלה וואס קענעו נישט ענטפערן
די דאך פון תיבה האט זיך געענדיקט ביי א אמה
דאס איז נאר אין די ברייט
ביי וויפיל האט זיך עס געענדיקט אין די לענג?.
נשלח ב-31/10/2005 11:36
עס איז דא השיטה אין רמב"ן אז נעמה איז גאר געוועזן אשמדאי'ס מאמע לא עלינו. דאס איז טאקע הסיבה צוזאך ארוף קאטשען די ארבל און זיך נעמען זוכן א אנדערע ווייב פארן זיידע'ניו נח.
פעדעקס-
נח מיט זיבן גרייזן שרייבט מען אזוי - נ נח נחמ נחמן -
אין פסוק שטייט געשריבן "ויקרא את שמו נח לאמר זה י'נחמנ'ו" פרעגן די ראשונים פארוואס האט למך אנאמען געגעבן זיין זון נח, עס וואלט מער געפאסט נחמן אדער מנחם וואס דאס איז לשונות פון נחמה. איינע פון די תרוצים איז אז דער עוילם האט טעקע איהם גערופן נחמן אדער מנחם ווי ס'האט געפאסט טאקע פאר איינעם וואס האט געבריינקט אלייזונג פאר זיין דור. נאר דער טאטע למך האט צוליב עפעס הסיבה נישט געוואלט אז די גאס זאל קענען דעם אמת'ן נאמען פון זיין בן יקיר האט ער אנאמען געגעבן נח אנדערשט ווי דער עוילעם האט געמיינט.
(מעם-לועז)
לאמיר אייך פרעגן אבוואוסטע שאלה.
שטייט געשריבן אין פסוק "וימת הרן על פני תרח אביו" זאגט דער מדרש אז הרן איז געווען דער ערשטער וואס איז געשטארבן בחיי אביו ע"כ דברי המדרש.
פרעגט זיך אקשיא אז 'ארפכשד' שם'ס אזון א 3 דור פון נח איז אויך געשטארבן בחיי אביו שם האט געלעבט 500 יאר נאכן האבן ארפכשד און ארפכשד האט געלעבט אין גענצן נאר 438 יאר, און אזוי אויך 'פלג' וואס ער איז געווען דור שביעי פון נח איז געשטארבן בחיי אביו עבר, עבר האט געלעבט נאכן האבן פלג'ן 430 יאר און פלג האט גאר געלעבט נאר 239 יאר, איז וויאזוי קען מען זאגן אז הרן וואס ער איז געווען דער 11 דור פון נח איז דער ערשטער וואס ער איז געשטארבן בחיי אביו???
און יישר כח פאר די אנדערע ענינים וואס איר האט אויפגעברענגט, תשואת חן חן לכם, ספו לי מאליה, הלעיטני נא, ברענגט אונז נאך גוטע שטאף פון אייער אוצר החכמה.
נשלח ב-31/10/2005 17:14
יא חי וקים איז כשר גערעכט עס איז דא אזא רמב"ן אין פרשת בראשית (ד, כב) עיי"ש.
קרעמער.
בין איך גערעכט אדער נישט? אויב האסטו געוואוסט פון די רש"י און געמיינט א אנדערע שיטה דאן האסטו געברויכט צו שרייבן אז דו מיינסט נישט די שיטה פון רש"י,
איך האב נישט געמיינט אז דו ביזט ח"ו א כיתה אל"ף רעבע איך האב געמיינט אז דו ווילסט זעהן ווער עס איז אנגעקומען צו לערנען רש"י ביז דארטן, סאו מאך נישט אזוי חוזק פון מיר, און פון די שפתי חכמים האסטו יא געוואוסט? הא?
שוין אז דו ווילסט דוקא געבן פאר נח א אנדערען שווער אקעי לעטס גיוו איט עי טריי, איך וועל זעהן אויב איך קען עפעס טרעפן.
נשלח ב-31/10/2005 17:43
בן הרחמן;
יישר כח פאר די מראה מקום פונעם רמב"ן! און אנטשולדיג מיר פאר מיין פריערדיגע תגובה, איך האב בעיקר געמיינט ארויסצוברענגן אז עס איז דא נאך א שיטה דערין, אויסער די באקאנטע שיטה פון רש"י.