|
|
| נשלח ב-1/11/2005 02:30 |
|
| |
דערמאנסט מיר א מעשה:
אמאל איז געווען א ברית פאר א קינד, און דער רב וואס האט געזאגט די ברכות און די קריאת השם (יענע צייטן פלעגן מען נאך נישט צוטיילן די ברכה פון די קריאת השם אזוי ווי היינט) האט געווארט אז דער טאטע פונעם זוהן זאל אים אריינרוימען אין אויער דאס נאמען וואס ער וויל געבן פאר זיין געראטענעם זוהן, אבער...
דער טאטע האט זיך עפעס נישט געקענט דערמאנען דעם נאמען וואס ער האט זיך אויסגעוועלט... מען האט געווארט און געווארט, און אפשר וואלט מען נאך יעצט געווארט, ווען נישט דער רב, וועלכער איז געווען א חכם און פיקח...
דער רב געט זיך א רוף אן: ויקרא שמו בישראל: נח!!!
דער טאטע געט א שפרונג אויף ווי א שלאנג-געביסענער, און געט א שריי אויס: דער רבי פארמאגט דאך רוח הקודש!!! דאס איז דאך געווען דער נאמען וואס איך האב זיך אויסגעוועלט!!!
דער רב - מיט זיין עניוות - האט זיך אבער פארענטפערט אז דאס האט קנאפ צוטאן מיט רוח הקודש... זאגענדיג:
אז דער טאטע שטייט ווי א למך, ברויך דער זוהן הייסן נח...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 07:25 |
|
| |
געשמאקער, איין קליינער באמערקונג:
האסט געשריבן "נח" מיט "אכט" גרייזן, נישט זיבן! צייל נאר איבער די אותיות.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 07:30 |
|
| |
קודם א ברייטן ריזיגן זשאמבאו סאדע שלום עליכם פאר די פיינע ווארימע
קנישעס
BTW איז דאס פאטעיטע אדער וועזשטעבל קנישעס?
איך גלייך בעסער פאטעיטע, חוץ טאמער איז די וועזשטעבלס גוט...
בנוגע מיינע גרייזיגע גרייזן איז דיין גרייז גרייזיגער, ליין איבער:
נואיעאחכך
די נ' און די ח' זענען מן השורש ודוק ודל וקל.
תוקן על ידי - gishmoker - 01/11/2005 7:35:18
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 15:23 |
|
| |
יישר כח - געשמאקער - פארן אויפנעמען די חשובע געסט וואס וואנדערן דא אריין אין די שפעטע נאכט שעות (ווען איך ליג שוין אויסגעצויגן אויף די שטרויענע געלעגער הונטערן אויוון נאכן טרינקן די פיינע פרישע ווארימע ציגן מילך כידוע פון מנחם מענדל).
עס שיינט מיר ווי מען וועט בקרוב ברויכן צובויען צום קרעטשמע, צוליב דעם גרויסן פארלאנג פאר א נארמאלע פורום אויף היידפארק, וואס איז א יקר המציאות אין די היינטיגע טעג. מען זעהט באשיינפערליך ווי טאג טעגליך שארן זיך דא אריין נייע ניקס, וואס מען קען זייער רואיג אננעמען אז זיי זענען נישט היינט געווארן קיין מעמבער'ס אין קהילת היידפארק... נאר האבן זיך משנה שם געווען כדי זיך אריינצושארן אין די קרעטשמע.
יהא בואכם לשלום, קומט און ברענגט מיט אייערע פריינט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 22:19 |
|
| |
ווי אזוי האט גיהייסען נח'ס שוויגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 17:13 |
|
| |
עס איז שוין דאנערשטאג, סוף וואך, אין די חדרים פארהערט מען שוין די חומש (ווער געדענקט נאך די אנגעצויגענע דאנערשטאג'ס?), און עס קוקט אויס ווי קיינער ווייסט נישט נאך א דעה ביי וועמען נח איז געווען אן איידעם.
זאל איך שוין ענטפערן, אדער געבן נאך א טאג צייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 17:15 |
|
| |
קענסט שוין ענטפערן
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 22:51 |
|
| |
נח שווער האט געהסיין למך און זיין שוויגער צילה זיין וויב נעמה און זיין שוואגער איז געווען תובל קין וואס איז נעבאך געהאהרגערט געווארען דוך זיין טאטען למך ווען הער האטט א פאטעש געטהן פון צער הריגת דער אלטער אלטער אלטער זיידע קין
און דאס האלץ בלינדע'ר הייט
תוקן על ידי - sambt_85 - 03/11/2005 22:51:20
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 23:12 |
|
| |
פארוואס איז דא 2 אשקולות פון די זעלבע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 00:38 |
|
| |
סושי;
דעס איז נישט קיין דאפעלטע אשכול, איינס איז נאר קשיות פון די "סדרה", און איינס איז סתם אזוי קשיות טו גאו, גארנישט איינגעלייגט מיט די וואכעדיגע סדרה.
אגב, אשכול ספעלט מען מיט א כ', נישט א ק'. (חוץ טאמער ביסט א קאזען מיט זארעכ...)
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 02:42 |
|
| |
מוצאי שבת קודש פרשת נח
תירוצים אויף די פראגן פון פרשת נח:
1. וויאזוי האט געהייסן נח'ס ווייב? נעמה
2. ביי וועמען איז נח געווען אן איידעם? לויטן מדרש (הובא ברש"י בראשית ד' כ"ב) איז ער געווען אן איידעם ביי למך בן מתושאל בן מחייאל בן בן עירד בן חנוך בן קין, און די שוויגער זיינע האט טאקע געהייסן צלה.
אבער אין ספר הישר שטייט אז נח איז געווען אן איידעם ביי חנוך (זיין עלטער זיידע) דער פאטער פון מתושלח דער פאטער פון למך דער פאטער פון נח. (אין מדרש ווערט אויך געברענגט א דעה פון די רבנן אז נח איז נישט געווען קיין איידעם ביי למך.
3. וואו זענען די הרי אררט? שוין געשריבן אינמיטן די וואך אז די תרגום פון אררט איז קרדו. קען זיין דאס מיינט קורדיסטאן (די געגנט צווישן טערקיי און איראק).
א גוטע וואך
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 03:21 |
|
| |
א גוטע וואך קרעמער
זיצענדיג ביי א שיעור פארגאנגענע וואך האט מיין מגיד שיעור זיך גענומען רעדן פון די סדרה, און וואס ער האט נאר געזאגט האב איך געשפירט אז איך האב עס שוין געהערט אמאל, ביז ענדליך כאפ איך מיך ער האט נישט מער נישט וויינגער נאכגעזאגט גאנצע שטיקער 'קרעטשמע'...
Keep Up With The Good Stuff
ביי דע וועי די האסט דיך שוין פארגעקוקט פאר לך אדער די געדענקסט נאך פון פאראיאר???
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 10:49 |
|
| |
קרעמער
אף מיין קשיא האסטו נישט געטראפן א תירוץ?
דא נאך אמאל די קשיא:
לאמיר אייך פרעגן אבאוואוסטע שאלה.
שטייט געשריבן אין פסוק "וימת הרן על פני תרח אביו" זאגט דער מדרש אז הרן איז געווען דער ערשטער וואס איז געשטארבן בחיי אביו ע"כ דברי המדרש.
פרעגט זיך אקשיא אז 'ארפכשד' שם'ס אזון א 3 דור פון נח איז אויך געשטארבן בחיי אביו שם האט געלעבט 500 יאר נאכן האבן ארפכשד און ארפכשד האט געלעבט אין גענצן נאר 438 יאר, און אזוי אויך 'פלג' וואס ער איז געווען דור שביעי פון נח איז געשטארבן בחיי אביו עבר, עבר האט געלעבט נאכן האבן פלג'ן 430 יאר און פלג האט גאר געלעבט נאר 239 יאר, איז וויאזוי קען מען זאגן אז הרן וואס ער איז געווען דער 11 דור פון נח איז דער ערשטער וואס ער איז געשטארבן בחיי אביו???
איך געב אייך צייט צו-ענפערן ביז מארגן!
וועגן הרי אררט האב איך געזען גישריבן צוויי שיטות.
1) אין צפון זייט פון טרקיי ביים גרעניץ מיט ארמוניה איז דא אבארג וואס עס רופט זיך מיטן נאמען אררט(די איינוואוינער פון דעם געגנט רופן עס מיט דעם נאמען)
2) א ביסעלע נידעריגער מער צו דורם זייט נאנט צום גרעניץ מיט פרס איז דא השורה מיט בערג וואס רופן זיך אן נאך ביז איינט הרי כורדיסטאן דאס שטימט מער מיט די מתרגמים וואס טייטשן אפ הרי אררט טורי קורדו.
קרעמער אשכויח פארן משדך זיין דעם זיידן נח מיט חנוך'ס טאכטער עס איז ממש ענבי הגפן וענבי הגפן סיי אגוטער יחוס און אויכט הבת גילו.
ווייסט ווי אלט איז געוועזן 'נעמה' ווען נח איז געבארן געווארן? 926 יאר...!!!
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 15:18 |
|
| |
זוכענדיג דעם מקור פון דעם מדרש וואס דו ברענגסט, אז הרן איז געווען דער ערשטער וואס איז געשטארבן בחיי אביו, האב איך דאס נישט געטראפן אין קיין מדרש (לעת עתה) נאר אין זוהר הקדוש (חלק א' דף ע"ז ע"ב). ומחמת הלחץ זו הדחק יש לומר שהוא הי' הראשון שמת על פני אביו, ואביו ראה במותו, וגם היה לו לאביו חלק במיתתו, שהוא צוה להשליך את אברהם לכבשן האש ודו"ק.
שוב ראיתי באגרא דכלה (פ' נח) שכתב דבר זה על דעת עצמו וז"ל: וימת הרן ע"פ תרח אביו, "כמדומה שעד תרח לא מת שום בן בחיי אביו" וכו' עכ"ל, וצ"ע.
תוקן על ידי - קרעמער - 06/11/2005 15:20:43
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 18:35 |
|
| |
רבותי!
איך בין זיך מודה ומתוודה אז איך בין אריינגעפאלן אין די פאסטקע וואס חי-וקים האט אויסגעשפרייט פאר מיר מיט זיין קושיא וואס הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס!
שוין פאריגע וואך האב איך געקלערט אז די קושיא הויבט זיך נישט אן, אבער צוליב איזה סיבה האב איך נישט גענומען די מיה דאס נאכצוקוקען אין חומש. היינט ביים דאווענען (את חטאי אני מזכיר היום) האב איך זיך געכאפט ביים קאפ אז די קושיא איז מעיקרא ליתא.
ווייל הגם ארפכשד האט געלעבט אסאך דורות בעפאר הרן, איז אבער הרן געשטארבן על פני תרח אביו ווען ארפכשד האט נאך געלעבט. רעכנט איבער די יארן פון די זיידעס אונזערע וועט איר זיך איבערצייגן אז חי-וקים האט דא סתם געוואלט פארדרייען א ספאדיק, און... עס איז אים געלונגן!
יעצט איז אזוי; מילא איך מיט מיין קאצן-קאפ... שוין! אבער, עס איז מיר א חידוש פלא אז די אלע געלונגענע און געלערנטע חשוב'ע שרייבער און ליינער דא זאלן נישט האבן געכאפט נאך פון אנהויב פאריגע וואך אז דאס איז קיין קשיא נישט!
חי וקים;
דיין קושיא דערמאנט אביסל די קושיא פון ר' יאנקל מיללער: פארוואס שטייט "והיה" כי תצא למלחמה? וואס איז די שמחה אז מען גייט אין מלחמה אריין?
און דער תירוץ איז: עס שטייט טאקע נישט "והיה"...
 |
|
|
|
|
|