| נשלח ב-31/10/2005 13:39 |
|
| |
ווי נאר עס האט באלויכטן דער ערשטער שיין פון נאייעם פרימארגן, האט ער געכאפט די פעק און זעק וואס זיי זענען שוין געשטאנען גרייט פון נעכטן נאכט, און ארויף געטראגן אויף'ן וואגן, מיט זייער א שנעלער יאגענישט האט ער מיט די פרוי און קינדער זיך אריין געזעצט אין דעם וואגן און גלייך ארויס געלאסט אין וועג ארויס,
אזוי פארנדיג אין די וועגן ארויס פון זיין שטעטל, זיצט זיך 'מאשקע' פארטראכטנדיגערייט אין דעם וואגן און דערמאנט זיך אין די גוטע צייטן בימים ההם ווען ער האט נאך געפירט דעם קרעטשמע ביד חזקה ובזרוע נטויה אלס איז געגיינגען כשורה, די דארף לייט פלעגן כסדר טאג טעגלאך זיך אריין לאזן אין קרעטשמע דערווארעמען דאס ארטס מיט הייבש אפאר גוטע גלעזלאך בראנפן, ער פלעגט כסדר שוין קענען אפאויסנוויניג די צייט פון ידען איינעם ווען וועט ער זאך אריין לאזן ביי עם אין קרעטשמע,
אוי אוי לאזטער ארויס אליינגן שווערן קרעכץ, ער דערמאנט זיך אין איוואן דער מילכיגער דער גראבער גוי מיטן גרויסן אויקער ווי ער פלעקט אריין קומען אין קרעטשמע יעדן טאג פונקט 7:00 אינדערפרי נאכן הענדיגן אויסמעלקן די קיהען, מיט א געשריי, מאשקע, 3 גלעזער 96 ער, צום לעבן פון מיינע קיהען אזוי פלעקט זיך אנפיינגען דער טאג אין קרעטשמע,
און גלייך דער נאך איז געקומען חיים דער שניידער, כאפן אגלעזל מאשקע פארן אנפיינגען ארבעטן, געצל פלעקט אלעמאל אריינקומען אין יענע מאמענט זאגן אגוט מארגן....און אזוי דורכן טאג פלעגן זיך אריין טראגן אידן און נישט אידן מאשקע פלעגט שוין וויסן אף אויסנווייניג דעם געשמאק פון יעדן איינעם און גלייך צו טראגן זיין באשטימטע גלעזל....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 15:10 |
|
| |
און... [אזוי פלעגן מיר קינדערלעך אויסשרייען ווען דער טאטע זאל געזונט זיין פלעגט זיך אפשטעלן אינמיטן א שפאנענדע געשיכטע].
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 18:39 |
|
| |
פון וואנעט איז געווען אין קרעטשמע א זייגער צו וויסן ווען עס איז 7:00 אזייגער פונקטליך, ביי אונז אין קרעטשמע איז דאך נישט דא קיין זייגער
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 19:10 |
|
| |
התאחדות;
כאפסט נישט. ווען איוואן איז אריינגעקומען פלעגט מען וויסן אז יעצט שלאגט דער זייגער "זיבן", און ווען "אלעקס" פלעגט אריינקומען פלעגט מען וויסן אז עס איז "אכט" אזייגער וכדומה.
ביי אונז אין די קרעטשמע קען מען אויך זעהן לויט די מגיבים וויפיל אזייגער עס איז... לדוגמא: ווען געשמאקער שרייבט א תגובה... קען מען שוין באלד ליינען קריאת שמע של שחרית!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 21:30 |
|
| |
ל.ג. התאחדות;
די ערשטע קשיא ווערט פארענטפערט אין אן אנדערן אשכול (איך געדענק נישט וועלכע, וה' הטוב יכפר)
די צווייטע קשיא איז בכלל נישט קיין קשיא. ווייל ווער עס קען אביסקעלע די דארפס מענטשן ווייסט אז זיי ברויכן נישט קיין זייגער, ווען דער הינדל קרייעט קוקוריקו שטייען זיי אויף, ציען זיך ארויף די גרויסע הויזן וואס האלטן זיך מיט די ברייטע בענדלעך פון אויבן. שארן זיך ארויף דעם גרויסן זונען-היט און נעמען זיך צו דער עבודה. און ווי נאר מען פארפארטיגט אפמעלקן די קיען, לאזט מען זיך ארויס אין ריכטונג פון קרעטשמע, וואו מען גייט צום וואנט און מען כאפט א בליק אויפן 'התאחדות' לוח אויב עס איז שוין דער נץ החמה...
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 21:44 |
|
| |
מ.ב.קרעמער
איז עס דאך ווייטער נישט "פונקטליך" דו ווייסט דאך איך האב א שוואכקייט מיט די ווארט פונקטליך, אויב איז דאס נישט וואר, דאן גיב איך ארויס א מחאה נמרצה, איך האף אז דו פארשטייסט אז די התאחדות לוח דארף זיין פונקטליך, אז נישט קען מען חס ושלום פאסטן אפאר מינוט לענגער ביי א תענית ח"ו, חוץ מזה שטייט מיר רעב זארעכ אויפן קאפ ביים מאכן דעם ליעכ.
וואס איז דאס ל.ג. דאס האט עפעס מיט לג בעומר, אויב יא וועל מיר נישט קענען רעדן ערב לג בעומר פארנאכטס, ווייל דו וועסט נישט קענען מאכן די ברכה פארשתנתא?
תוקן על ידי - התאחדות - 31/10/2005 21:45:34
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 21:51 |
|
| |
אויב מ.ב. מאכט "מער ביזי" דאן קענסטו אליין אויסרעכענען וואס ל.ג. מיינט... עס איז דאס פארקערטע.
און זיי מיר "פונקטליך" מסביר וואס "פונקטליך" דו ווילסט פון די ווארט "פונקטליך".
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 21:55 |
|
| |
מ.ב.קרעמער
אה איך האב געמיינט אז דו ליינסט אלע מיינע תגובות אין אלע פארומס, אין איינע פון די פארומס האט איינער געשריבן א שקר און ער הייבט אהן מיט די ווערטער למען הפונקטליכקייט, האב איך מגיב געווען שרייב למען השקר און נישט למען הפונקטליכקייט ואכמ"ל.
למען הפונקטליכקייט ווייס איך נאך אלץ נישט וואס דאס מיינט ל.ג., ביטע מיר דאס מסביר זיין פאר מיין אונגארישער קאפ, קאופטשאסט
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 22:49 |
|
| |
איך האב דיר עס שוין מסביר געווען פריוואט אין גוגעל טאלק. פעלט עס אויס מסביר צו זיין אויך דא ברבים?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 22:50 |
|
| |
איך האב דאס שוין געזאגט -געשריבן- בעפאר
|
|
|
|
| נשלח ב-31/10/2005 23:21 |
|
| |
אבער דער עולם וועט דאך ח"ו בלייבן נייגעריג 
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 07:34 |
|
| |
קרעמער
וואס הייסט ס'יז נאכנישט אזוי פרי...?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 01:12 |
|
| |
מסתם ליידיג גייער
|
|
|
|
|