בית פורומים היימישע קרעטשמע

only in Lakewood

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/11/2005 00:13 לינק ישיר 
only in Lakewood

http://cgi.ebay.com/ws/eBayISAPI.dll?ViewItem&ssPageName=ADME:L:LCA:US:31&item=5630822472



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 02:23 לינק ישיר 

העי;

מיט דיר בין איך גראדע היימיש - קאניאק, אדער ווי מען פרעגט דיר רופן אין דער אלטער היים "קנאק-יאנקל"... מיר פלעגן זיך טרעפן יעדן טאג גלייך נאך שחרית... איך פלעג זיך ארויפווארפן דעם האלב-צוזאמגעלייגט טלית'ן אויפן אקסל, און דיר ארויסגעשארט פונעם באהאריגטן טלית-בייטל... אנגעשיט א גלעזל צוויי (פארשטייט זיך: נישט די רשעים-גלעזלעך וואס זענען אויך באקאנט אלץ "ברוינפען קאפס"..) און מיר פלעגן זיך באגעגענען אין מאגען... אהההההההההההההה די טעם קומט מיר ממש יעצט ארויף אין מח!!!

עניוועי, דיין ערשטע תגובה דא איז געווען אזוי גוט, אז איינער א טערק האט זיך נישט געקענט איינהאלטן (כלשונו) און דאס גלייך געלייגט אין חדשות שמח"ת...

מסתמא וועסטו אונז ווייטער אויך ברענגן אזעלכע און ענליכע אינטערסאנטע זאכען.

KEEP UP THE GOOD WORK

לחיים טובים ולשלום!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/11/2005 02:26 לינק ישיר 

קרעמער;
'אנגעשיט'????????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 02:35 לינק ישיר 

אז דער דיין ... ... אלע חסידים



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/11/2005 02:38 לינק ישיר 

קוידעמ א דאייען האט נישט קיין כאסידעמ.

דערנאך, איך האב דיר שוין געשריבן איינמאל, אז איך דאנק ג-ט אז כאב אין תחילת מיטאמאל געכאפט דיין קריטיק, ודי לחכימא...

וחסל

תוקן על ידי - פענסטער - 01/11/2005 3:46:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 02:40 לינק ישיר 

עס ווענט זיך וועלכער דיין. ביי מיר אין שטוב בין איך דער דיין ומו"צ און איך האב א פאר חסידים צו דער זייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2005 02:54 לינק ישיר 

זאגט נאר, וויפיל מאהל מאכט זיך א שאלה'לע און איר פסק'נט אויפן ארט? שעהמ'ט זיך נישט מיט'ן ריכטיגען ענטפער.
איך בין זיך מודה, אינדערהיים ווייס איך אלעס, כל דבר הקשה גיב איך א קנייטש דער שטערען און באלד דערויף שפראצט ארויס א היתר.
אך און וויי וועט זיין ווען משה'לע וועט אינטערוואקסען און אנהייבען טרעפען א בפורש'ער מגן אברהם וואס קריגט מיט מיר..
צו דער גן עדן וועט קומען און דער באלאן וועט פלאצען. זאל איך שוין זארגען? דערווייל בין איך דער פוסק אחרון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2005 02:56 לינק ישיר 

אנדערש ווי נאטורליך האב איך אן אנדערן דרך אין פסק'ענען שאלות ביי מיר אין שטוב.

איך האב געמאלדן די ערשטע נאכט: איך קען נישט קיין הלכות!

נעבן די נומער פון חברה הצלה ביים טעלעפאן, געפונט זיך די נומער פון בית הוראה. וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/11/2005 02:58 לינק ישיר 

כאף האסט נישט געגעבן מיין נאמבער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 02:59 לינק ישיר 

דו האסט נאך צייט צי זיצן אין בית הוראה אויכעד? נאך די אומצאליגע שאלות וואס מאכן זיך דא אין די קרעטשמע?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/11/2005 03:01 לינק ישיר 

ביי מיר האט דאס געברענגט גיטע רעזולטאטען, אפילו א שוועגערען האט מיך שוין אמאהל גערופען אז דער מילעכיג לעפעל איז אריין געפאלען אין פליישיגען סינק, וכדת מה לעשות.
איך פאסקע אלעס פון הלכות אלף ביז תיו און דער אייבערשטער האלט די רעכטע האנד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/11/2005 03:23 לינק ישיר 

דערמאנסט מיר אמעשה

אינער האט אמאל פארגעלערנט א שיעור און הלכות בשר בחלב און ער זאגט דארט אז אויב עס פאלט אריין א מילעכיגע לעפעל אין א פליישיגע טאפ אויב עס איז דט זעכציג מאל אזויפיל איז עס כשר און די זעלבע פארקערט

איז דארט געזוצן א איד און ער געט א פרעג וויאזוי קען א טאפ אריין פאלן אין א לעפעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 03:29 לינק ישיר 

קרעמער, דיין פראגע דערמאנט מיר א באקאנטע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביי דעם גרויסן גאון דער טשעבינער רב זצ"ל:

א מאמע האט אמאל געשיקט א קינד 'שבת נאכמיטאג', פרעגן דעם טשעבינער רב עפעס א שאלה. נאך וואס דאס דער רב האט געענטפערט דעם קינד אויף זיין שאלה, ווענד זיך דער רב צום קינד און פרעגט אים:

זאג נאר, איז דיר נישט איינגעפאלן אז ס'איז שבת נאכמיטאג, און אפשר האב איך זיך אביסל אראפגעלייגט כמנהג העולם???

ניין!!! – ענטפערט דאס קינד בתמימות – ס'איז מיר גארנישט איינגעפאלן אז א רב שלאפט אויך שבת נאכמיטאג.

מ'זאגט אז זינט די פאסירונג האט זיך דער טשעבינער רב זצ"ל מער נישט אראפגעלייגט שבת נאכמיטאג. כך שמעתי.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 03:37 לינק ישיר 

א געוואלדיגע עובדא פון טשעבינער רב

ואני הקטן, זייט איך האב געהערט די מעשה פיר איך מיר מקפיד צו זיין און זיך אראפ לייגן שבת נאכמיטאג, איך בין דאך נישט קיין רב......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 03:41 לינק ישיר 

שלעמאלייכעמ א ייד פון פישפיקלאדיין

קומט אריין, מאכט אייך היימיש, זעצט אייך אנידער, יאנוש וועט אייך שוין דערלאנגען א גלעזל שנאפס פאר א לחיים.

לחיים... לחיים...

נא, וויאזוי גייט עס?
זענט איר אויפן וועג "קיין" פישפיקלאדיין, אדער אויפן וועג "פון" פישפיק לאדיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/11/2005 03:52 לינק ישיר 

יא דערוויל בין איך אויפן פרשת דרכים, ביי מיר שטייט: פישפיש ולא מצא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > only in Lakewood
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext