איך האב היינט פארטאגס אנגעפאנגען א נייע שיעור אין מס' גיטין (פארוואס פונקט דעס? ווייל אזוי האט מיין חבר געוואלט) איך קום אהיים נאכן דאווענען און מיין ווייב פרעגט מיר נא וויזוי איז עס געגאנגען? (ווי גלייך אויב איך וואלט געהאט עפעס א קשיא וואלט זי מיר געקענט ענטפערען) איך זאג איר ב"ה פיין פרעגט זי וועלעכע מס'? האב איך איר געענטפערט גיטין איז זי געווארען באליידיגט אין זי געט מיר א פרעג וואס? די ווילסט מיר געבן א גט? פרעג איך איר וואס מאכט דיר אזוי טראכטן? פרעגט זי פארוואס דען לערענסטו פונקט די מס'?
האב איך מיר גענומען לאכן פרעגט זי מיר פארוואס לאכסטו? האב איך איר געטרייט מסביר צו זיין אז עס האט גארנישט איינס מיטן צווייטן און מען דארף עס לערנען פונקט ווי די הלכות וואס איך לערן מיט איר פון צייט צו צייט אבער זי זאגט אז זו פארשטייט נאך נישט און זי האט מיר געבעטן איך זאל אויס וועלן א אנדערע מס'
איך האב נישט געהאט היינט די געלעגנהייט צו פרעגן מיין חבר וועלעכע מס' ער וויל לערנען סאו מארגן גייען מיר נאך לערנען גיטין
אבער איך וויל ענק פרעגן וואס זאל איך טון זאל איך טוישן מס'? אדער ווילט עס מיר ארויס העלפן וויזוי איך קען מסביר זיין פאר מיין ווייב אויף א אופן אז זי זאל מיר לאזן לערנען מס' גיטין
קענסט איר עס זאגן [באט נישט די איינגערינגלטע...], דברים מתיישבים על הלב
נשלח ב-1/11/2005 17:44
גראדע ווערט געברענגט (...) אז לערנען אן ענין פארמיידט די פראבלעמען, ממילא זאג איר אז ס'וועט זיך נאר לוינען, איך האב אמאל געזעהן אז סיצרות האב איך דורך געלערנט מס' גיטין אין איין וואך, און סיהאט געהאלפן.
אגב, עס איז באקאנט אז דער חת"ם סופר ווען ער האט געלערנט חולין מיט די תלמידים האט ער געפאסט א טאג ממתיק צו זיין די דינים, ווייל אויב נישט האט ער מורא געהאט פון מגיפות, ווייל הקריאה מעורר.
עפעס געדענק איך אויך אז אמאל איז געווען א שפל המצב אין פרנסות, האט א געוויסע רבי געהייסן מען זאל לערנען אין זיינע מוסדות מסכת שבת, לוו עלי ואני פורע.
אויך איז דא וואס האלטן אז מען זאל נישט לערנען מס' מו"ק פרק שלישי אדער הל' אבילות מהאי טעמא וואס ברית כרותה לשפתים.
דער כלל ביי דעם איז אפשר מאן דקפיד קפדינן בהדיה וכו'.
נשלח ב-1/11/2005 18:38
מ.ב.קרעמער
נאך א מזל אונז האמיר דא איןקרעטשמע אזא טאלמיד כאחעם ווי דו, דו טרעפסט אייביג מקורות אויף מיינע דרשות איך ווייסט נישט וואס נאך צו לייגן אפשר דאס
נשלח ב-1/11/2005 18:40
איך וויל מיך באדאנקען פאר אלע עצה געבער
מיין ווייב איז שוין מסכים אז איך זאל מס' גיטין אבער מיין חבר זאגט אז ער מיינט אז מיין ווייב קען נאך אלץ באשטיין איך זאל טוישן מס' און אויב איך וויל קען ער באשטיין צו טוישן אבער איך זאל זאגן וועלעכע מס' צו לערנען
וויל איך ענק פרעגן וועלעכע מס' זאל איך לערנען
נשלח ב-1/11/2005 21:06
דו מוזט עפעס טוישן? "זאג" אז דו האסט געטוישט, דעטס איט
נשלח ב-1/11/2005 21:51
זאג איר אז דו גייסט לערנען קידושין... דאן וועט זי מער מורא האבן אז דו וועסט נעמען א 'צרה' אויף איר קאפ ארויף...
נשלח ב-1/11/2005 23:09
מ.ב.קרעמער
דו מיינסט קידושין אדער יבמות
בדרך אגב איך האלט איצט אינמיטן יבמות