| נשלח ב-2/11/2005 01:30 |
|
| |
---די "יענטאאש העלאו דעפארטמענט"---
טייערע חברים, ידידים, מעריצים, חסידים, מתנגדים, פארעהרעהרס, שעצערס, קרומערס, ליינערס, קריטיקירערס, און סיי וואסערס:
אזויווי איך בין לעצטנס זייער זייער זייער אסאך מאל משוגע'דיג, אבנארמאל, צודרייט, טויט ביזי, אזש אז איך האב ממש נישט קיין צייט צו קומען אפילו אויף אפאר מינוט כאפן א טרינק, דעריבער עפן איך די 'יענטאאש העלאו דעפארטמענט', ווי איך וועל אריינסטאפן אין די זמנים הביזי'ם הקשים, אך ורק בלויז צו זאגן א קורצן 'העלאו' און אפשר עטליכע נאטיצן.
- קודם כל העלאו יעדער איינער.
- נפחא-פענסטער, איך ווייס דו האסט געמאכט א שינוי השם אבער ביי מיר בלייסטו א נפחא לעולמי עולמים עד ביאת המשיח.
- נאטורליך, איך ווייס אז דו האסט געמאכט אא שטיקל 'גליטש', אבער דו בלייבסט נאך אלץ ביי מיר דער בעסטער שרייבער.
- מ. ט. ג. ה. ו. ר. ש. ד. ר. התאחדות, שכויעך פארן קעפן ביזי דעם פורם.
קרעמער, אן עקסטערן פערזענליכן העלאו פאר דיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 01:33 |
|
| |
- סושי, פענסטער, איך ווייס אז איר וואר אויפן פארזעצונג פונעם 'יענטאאשי' ארטיקל, אבער איר מוזט מיר אנטשולדיגן, אן ארטיקל וואס איך האב געגרינדעט בדם לבבי, און עס האט געדארפט ווארטן חדשים לאנג אויף א תגובה גיי איך נישט פארזעצן.
- נאט-טו-ביזי, תוקן ע"י יענטאאש.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 01:37 |
|
| |
אזוי ווי מיר ווילן זייער אז ווען דאס ביסל צייט ערלויבט אייך זאלט איר 'כאטשיק' דעם אשכול יא פארזעצן...
דעריבער שרייב איך שנעל אריין דא א תגובה, כדי שלא יאמרו...
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 01:51 |
|
| |
זארעעחך, העלאאווווווווו!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 02:22 |
|
| |
יענטאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאש
אנדערש ווי אלע אנדערע קרעטשמע ליידי/גייער און קומער/קרומער, האב איך די פריוויליגיע צו האבן דיין פריוואטן אי-מעיל אדרעס, און/אדער דיין סאטאליט פאון וואס דו נעמסט מיט ווען אימער דו גייסט אויף דיין גוט פארדינטן וואקאציע אין די הרי אררט {אגב: זעה אין תרגום אז דאס איז אין קורדיסטאן!}, האב איך כסדר די געלעגנהייט אויסצוטוישן מיט דיר אינפארמאציע און הערן דיינע טיפזיניגע ראש-הקהל'ישע ווערטלעך און מעשה'לעך.
אבער טאקע דערפאר ווייס איך וואס די אנדערע מיטגלידער פארפאסן דא מיט דיין אפוועזענהייט, און איך בין זיך משתתף מיט די רוף פון אלע אונזערע מעמבער'ס:
קער זיך צוריק צו אונז!!! און נישט סתם אזוי, נאר מיט א פרישקייט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 02:39 |
|
| |
ברוך הבא יענטאש, מיט דיין שרייבען אז איך האב געמאכט א גליטש האסטו דיך אינגאנצען אויסגעגליטשט.
רבים קמו עלי איך זאל עפענען א בלאג, ידידים האבען זיך אנגעטראגען צו קעירנעמען פון די טעקניקעל חלק.
אלענספאלס, גיט דיך צו ווידער-זעהן ביי אונז אין קרעטשמע, קום לייג צו א האנד מיר שניידען שוין האלץ פאר די קאלטע ווינטער נעכט הממשמשים ובאים.
שנשמע ונתבשר.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 03:40 |
|
| |
יענטאאש;
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך ווער אויס נפחא, כ'האב מיך נאר געטוישט מיין ניק, נאך דרוק פון מיינע גוטע פריינט.
BUT I AM STILL THE SAME OLD NAFCHA
=====
גם אני מצטרף עם קרעמער, נאטורליך; פליז פארלאז אונז נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 04:30 |
|
| |
העלאו יענטאאשששששששש, איך פריי מיך דיר צו זען,
נאר פון וואנעט ווייסטו צו קומען פונקט יעצט ווען מען רופט דיך?
ביי מיר בלייבט פענסטער אויך ווייטער נפחא,
ניצוץ אחד יוצא ממפוח שלך ושורף את הכל.
נאטורליך פליז בלייב דא, אפילו אויב דו גייסט אוועק זאלסטו צוויי זאכן :
שיק א לינק צום בלוג.
פאוסט עס ווייטער דא כאלו לא הי', דע את אשר ידעוך!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 06:25 |
|
| |
הוי......... כ'האב שוין נישט קיין כח צו די ביזי'אישקייט מיינע.......
עניוועי, העלאו חברה, וואס מאכט איר עפעס?....
קענעהארע, איך זע ס'איז פיל געווארן דא... נייע חברהלייט רעכטס און לינקס,
שלוםעלייכעם יעדער איינער!, איך בין דער ראש הקהל דא.
--------------------------------------------------
- נאטורליך ניין,
עס קען אזוי נישט זיין,
דו טארסט נישט אוועקגיין,
און אונז דא איבערלאזן אליין,
מיט דעם וואס איך האב געזאגט 'גליטש',
האב איך נישט געמיינט דיך אריינצו-ווארפן אין א דיטש,
איך בין נישט אזא -יטש,
----------------
-זארעעכךךךךךך, יעצט זע איך ביזטו פארשווינדן געווארן, זזזזזאאאאארררעחך!!!!!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 07:16 |
|
| |
א גוטע וואך, א מזלדיגע וואך, א וואך מיט ישועות, א וואך מיט רפואות, א וואך מיט אסאך געלט!.
א וואך וואס:
-חיים-חייקל זאל ברענגען גענוג וואסער אויף צום טרינקען.
-נחמן-נטע זאל ברענגען גענוג האלץ אויף צום הייצן.
-קרעמער זאל ברענגען גענוג נייעס צו פארציילן.
-נאטורליך זאל ברענגען גענוג סחורה זיך צו באלעקן די פינגער.
-יענטאאש זאל האבן גענוג צייט צו שרייבן (ביזדערווייל שוואכע שאנסן).
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 09:10 |
|
| |
יענטאאש
איך מיין אז דו אלטס נאך אין מיטן א זיסן 'חלום'.....
וואס ראש הקהל...!!! ווען ראש הקהל...!!!
קוק זיך גוט ארום,
מ'האט דיך ביטער שרעקליך ארויס געבריקעוועט פון די הנהלה !!! און כדי חלילה זאלסט זיך נישט צוריק אריין כאפן, האט מען אריין געשרויפט אף דיין פלאטס א פענטסטער מיטן להט החרב המתהפכת...
און די חולם'סט נאך אז דו ביסט ראש הקהל...
איך האב מורא אז דו ביסט גאר נישט אזוי ביזי.דו ליגסט נישט מער ווי אין טיף טיפע שלאף...
מה לך נרדם?
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
תוקן על ידי - חי_וקים - 06/11/2005 10:05:56
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 15:37 |
|
| |
קענסט שרייען ווי 'חי וקים' ס'וועט דיר גארנישט העלפן!
'ראש הקהל' בין איך געבוירן און 'ראש הקהל' וועל איך שטארבן!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 19:53 |
|
| |
יא לאמיר זען! קענסט אריינקומען אין קהלס אפיס?!
אדער קענסטו מעקן ?!
איך פארשטיי ביי דיר אין ט... ביסטו ראש הקהל...
-------------------
וואו בין איך ראש הקהל דו געשמאקער מלוה מלכה???!!!!!
אבער נאך וואו איך קען אריינגיין אין קהל'ס אפיס!!
תוקן על ידי - kraitchmer - 07/11/2005 2:35:43
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 02:40 |
|
| |
נאכאמאל!!!!!!
'ראש הקהל' בין איך געבוירן און 'ראש הקהל' וועל איך שטארבן!
|
|
|
|
|