איך האב זיך נעכטן נאכט אפגעמוטשעט און געשריבן א לאנגס און א ברייטס אויף חדשות אנ"ש, בנוגע די הארבקייט פון מחלוקת און שנאת חנם, אז מען זאל איגנארירן די אלע פאליטישע שרייבער וואס שפייען פייער און פארברענען די וועלט מיט זייער פעדער.
איך בעט אלע חברים דא, וואס זענען לכאורה איינשטימיג מיט מיר אז עס ברויך הערשן א ציוויליזירטע אטמאספערע אינעם פארק, זאלן זיך אונטערשרייבן אין דעם אשכול דארט וואס איך האב געגרינדעט (כדי צו קענען שרייבן דארט, ברויכט איר האבן רשות כתיבה).
געדענקט!
יעדע אונטערשריפט איז א פאטש אין פנים פאר די בעלי מחלוקת וואס מיינען אז די וועלט קען נישט לעבן אן זייערע בייזוויליגע העצערייען!!!
איך האב דיך פונט יעצט געוואלט אריין שרייבן אין די אשכול "איך זיך דיר"
אז דארט איז טאקע אזוי שלכט קום צוריק אהער דא
ביי דעי וועי איך האב מיך שוין אינטערגעשריבן דארט
נשלח ב-3/11/2005 22:09
בענעדיקט-טו;
דיין 'געזוכטע הילף' דא אין די קרעטשמע קוקט מיר פאר ווי:
דער 'פויבסט' וואס האט אמאל אריינגעוואנדערט אין א פארווארפענע 'קרעטשמע' צווישן די דערפער, און האט אנגעהויבן דארט שימפן און שעלטן קעגן די..., און האט מיט א שטייפקייט פארלאנגט פון די אלע אנוועזנדע קרעטשמער'ס זאלן מסכים זיין צו אים...
די איינפאכע קרעטשמער'ס האבן אים אנגעקוקט ווי פון קאפ געפאלן! וועלעכע שפראך רעדט ער דא? ווער זענען די... וועמען ער שעלט אזוי? וואס וויל ער דא? פון וואס רעדט ער דא? וואס פארלאנגט ער פון אונז? צו וועלכע זאך דארפן מיר מסכים זיין?
בענעדיקט ס'איז WRONG ADDRESS
נשלח ב-3/11/2005 23:14
הייסט דאס אין אנדערע ווערטער - זארעכפעפער - ווילסטו אז איך זאל אפשר לייגן אויך א לינק צו די פולע מחלוקת אשכולות, אזוי אז די חשובע עולם זאל וויסן פון וואס איך רעד?
נשלח ב-3/11/2005 23:22
פארוואס פארשטייסטו אזוי ?
לא מדו... ולא מעו...
מאך נישט קיין אשכול לייג נישט קיין לינק...
ווייל... קיינער פון די קרעטשמער'ס פארשטייט נישט פון וואס די רעדסט...
פארשטייסט אידיש WROG ADDRESS?
ווילסט אפשר אויפקלערן די וואנדערונגע קרעטשמער'ס, איך מיין ס'פעלט נישט אויס ס'רואיגער אזוי
און כ'על מעך דער ערלויבן צו זאגן שטילערהייט, שששש... שטיל, קיינער הערט נישט... קענסט נאך זיין גערישט אז מ'וועט דיר דא אויסמעקן דיין גאנצן אשכול...
כ'מיין... כ'וועל מוזען רעדן צו חיים חייקל'ן זאל דיר אביסל איבערשיטן מיט קאלט וואסער פון זיינע עמערלעך... אפשר וועסטו זיך בארוהיגן פון דיין 'דיין'ישע רעזיגנאציע... אדער אפשר וועט דיר אביסל 'יין שרף' ארויסהעלפן פון דיין נויט.
נשלח ב-3/11/2005 23:47
קרעמער;
1. דער רעזעגנירטער 'דיין' מיט'ן רעזעגנירטער 'קרע(טש)מער' מעגן נאך מחולק זיין אין וועלכע אשכול יא צולאזן און וועלכע נישט, זיי האבן ביידע איין כח המחיקה דא אויפן פארום...
2. איך האב נישט געזאגט פאר'ן 'פויבסט' אז מ'גייט דאס מעקן, איך האב אים נאר געגעבן צו הערן אז ס'דא א מעגליכקייט דערין...
און יא נאך א זאך:
איך שרעק זיך פון דיר ווי פונעם 'פויבסט' זעלבסט...,
נשלח ב-4/11/2005 00:01
ר' זרח (אפשר ברויך איך שוין נישט שרייבן 'ערעב'? אויס דיין/אויס ערעב);
גראדע האב איך נאך א שטיקל פוס אין די הנהלה... ווייל די 'לאט' פון די קרעטשמע איז איינגעשריבן אויף מיין נאמען ביי די באהערדע... און ביז נחמן_נטע דער האלץ האקער וועט נישט קומען מיט זיין האק און מיר מיט געוואלד ארויסווארפן: וועל איך דא זיצן אי"ה!
נשלח ב-4/11/2005 00:14
דעמאלט פארוואס האסטע - הערשט נישט לאנג צוריק - אונז מיטגעטיילט מיט דיינע דריי 'קראקאדיל טרערן', ווען די הויכע 'פענסטער'ס' האבן געמעקט איינע פון דיינע תגובות???
בנוגע דיין פארלאנג אז איך זאל אונטערשרייבן אויף דיין אשכול "מיר איגנארירן", איך טרעט נישט אריין דארט אלס אוי לרשע ואוי לשכנו, סאו וועל איך מיך באגנוגענען מיטן דיר שרייבן דא, ביסט הינדערט פראצענט גערעכט, דער אייבערשטער זאל העלפן אז די זאלסט קענען עפעס אויפטון.
=====
אומפארנומענער;
איך זיך דיין אונטערשריפט דארט, איך קען עס נישט טרעפן , אפשר העלפסטו מיר ארויס?
נשלח ב-4/11/2005 01:24
פענסטער
איך בין נתפעל פון דיין שארפע תפיסה און גוטע זכרון! איך רעד ערנסט יעצט! ווען דו וואלסט געזיצן און געלערנט...!
גלייך דערנאך שרייבסטו "
איך זיך דיין אונטערשריפט דארט, איך קען עס נישט טרעפן"
אתמהה
נשלח ב-6/11/2005 03:48
איין סאטמאר;
ס'איז נישט קיין סתירה, איך האב פשוט געקוקט אויף זיין פאספארט, און איך האב נישט געזעהן דארט אז ער זאל לעצטנס האבן אפגעשטאט א באזוך ערגעץ אנדערש ווי און קרעטשמע.
נשלח ב-6/11/2005 09:59
בענדיקט בענדיקט
בני, לא זו הדרך!
הוי מתלמידו של אהרן הכהן.
שרייבסט אז קצה נפשך מבעלי המחלוקת, דעריבער ווילסטו פארמיידן די שלאגעריי וואס גייט פאר ביים פרום חדשות אנש.
כוונתך רצויים אבל מעשיך אינו רצויים...!!!
זיי נישט קיין נאר און גיב זיך אשטעלאפ אף אמינוט און קוק זיך איין וואס דו טוסט,
האסט געשריבן:"יעדע אונטערשריפט איז א 'פאטש' אין פנים פאר די בעלי מחלוקת".
נו... פרעג איך דיר, אזוי איז דער וועג פון פארמיידן מחלוקת?
מיינסטו טאקע אז מיט קעמפן, פייערן און זאך שלאגן מיט די בעלי המחלוקת וועסטו עפעס אפטאן?
זאג איך דיר אז דו מאכסט אגרויסן טעות, דו לייגס זיך נישט מער אריין אין המחלוקת, ביסט גאר מרבה מחלוקת.
געדענק וואס איך זאג דיר מיין קינד, מיט מחלוקת פארניכטערט מען נישט מחלוקת. איין עצה איז דא הוי מתלמידו של אהרן הכהן,
אהרן הכהן ווען ער האט געזען ווי צוויי אידן שלאגן זיך ארום, האט ער זיך נישט גענומען שריין אויף זיי געוואלד לא תהיה כקורח...רשעים שקאצים....נאר שא שטיל אן זאל קיינער וויסן דערפון שטילערייט האט ער צוגעגייגען צו יעדן איינעם פון די בעלי מחלוקת און שלום געמאכט צואווישן זיי.
יא יא נאר מיט שלום מאכן קען מען פארניכטן מחלוקת...!!!
איז ביטע טראג אונז נשט אריין אין אנייע מחלוקת....און טראג זאך האפ פון דא...