| נשלח ב-3/11/2005 20:31 |
|
| |
'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס
ס'וואלט געדארפט זיין א רויטער פינטעל אינדרויסן באלד ביים אריינקומען אפשר וועלן עס נאך די מנהלים מאכן
***
אזוי ווי ס'ניסראַבּע געווארן ספסלי ה'קרעטשמע', פילע נייע פארבייגייער'ס וועלכע פאלן דא אריין זיך צו דערקוויקן דאס הארץ פון זייערע שווערע אויסגעמאטערטע וואנדערונגען, דעריבער שלאג איך פאָר פאַר די הנהלת ה'קערטשמע', אז מ'וואלט געדארפט באשטימען א באזונדערן טישל, דא אויף די רעכטע זייט אויבן באלד ביים אריינקומען אין די 'קרעטשמע', וואו מ'זאל מעקאַבּל פּאָנעמ זיין מיט א סייווער פּאָנעמ יאָפֿעס, יעדן נייעם דרוכגייער.
כ'על טאקע זיין דער ערשטער, נא לאמער זען:
א. קוידעמ עמער אויסשטרעקן א גרויסן בעריכעמהאבא-אים פאר 'סאַכֿדעס'ן'. טאקע גוט פאסיג דא ביי אונז אין קרעטשמע, ווי דאס פארקערטע פון 'התאחדות' איז דאך דא שטרענג פארבאטן, עממ... עממ... כ'מיין דאס איז דאך פון די גרינד-פרינציפן ביי אונז אין די קרעטשמע.
ב. בָּריכֿאַבּע ר' 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' פון דארף. קומט אריין מאכט אייך היימיש.
ג. שאָלעמאַלייכעמ ר' 'נאַכֿמענ-נאָטע דער האלץ האקער'. קומט אריין ווייל מיר דארפן אייך האבן, מיר קענען נישט עקזעסטירן אן אייך, דער ווינטער שטייט שוין ביים שוועל און מיר דארפן אייער געהילץ צו הייצן די 'קרעטשמע'.
ד. שאָלעמ-צו-אייך ר' 'פארברענגען'. קומט אריין כאף איר וועט האַנאָעה האבן מיט אונז צו פארברענגען.
ה. איינעם פארגעסן?
מ'בעט דעמ-עוילעמ מייהאַיוימ וועהאָלע דא צו באגריסן יעדן פרישן באזוכער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 20:35 |
|
| |
יין שרף האסטו פארגעסן
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 15:11 |
|
| |
'חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון דארף' שטרעקט אויס די האנט מיט א ברייטן שלום עליכם, פאר א פרישן פויער וועלכער איז נאר וואס פארבייגעגאנגען אונזער באליבטע קרעטשמע.
תוקן על ידי - חיים_חייקל - 04/11/2005 15:14:41
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 15:21 |
|
| |
קרעמער - דער געוועזענער ארענדאר - ערלויבט זיך צו פרעגן פון חיים חייקל'ן דער וואסער טרעגער: מדוע זה מהרת למצוא בני? מה היום מיומיים? פארוואס גייט איר נישט יעצט ארום אזוי ווי אלע טאג מיט די אמפער'ס וואסער צו די הייזקעלעך פון דארף? ווי האט איר צייט צו כאפן א קאווע מיט לעקאך אין קרעטשמע אין אזא פריע שעה?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 00:38 |
|
| |
ברוך הבא א נייער 'כתבן' ביי אונז אין די קרעטשמע. שלום עליכם.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 01:08 |
|
| |
We all shake hands and say ''HI'' for our new visitor
נייטראלער
טאקע דא, און נאר דא ביי אונז אין די 'קרעטשמע' איז אייער ריכטיגע סטאנציע, ווייל דא זענען אלע באזוכער צוגלייך 'נייטראל'...
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 07/11/2005 1:29:44
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 01:47 |
|
| |
שלום עלייכעם צו אלע נייע שרייבערס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 02:40 |
|
| |
שפאצירט זיך אזוי 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' געמיטלעך אין די פריע נאכט שעה'ן, נאך א שווערן טאג ארבעט, מיט די ליידיגע וואסער פעסלעך אנגעהאנגען אויף זיינע פלייצעס, שפאנענדיג זיין ריכטונג צו זיין אלטע כאטקע ווען דערביי זינגט ער זיך אזוי אינטער זיין דאנק'ס לידעל פארן זן ומפרנס לכל אויף דעם נארוואס פארגאנגענעם טאג. און... און... פלוצים... א קאלטער שווייס פון שרעק באגיסט זיין גאנצער געזיכט..., אוי... אוי... וואס זעה איך דארט? זעה איך גוט? דער גרויסער גראף פון אונזער גובערניע דערנענטערט זיך צום דארף, ווען פון זיינע רויטע פינקלדיגע שפיזיגע שרייט ארויס... עפעס נישט גוטס...
אוי רבוש"ע - טראכט זיך אזוי חיים חייקל צו זיך - וואס וויל ער שוין ווייטער פון אונז? וואס גייט ער אונז שוין ווייטער אנווערטשאפן?
חיים חייקל'ס געזיכט ווערט בלאסער פון מינוט צו מינוט, זיין הארץ קלאפט, זיינע קניען קלאפן זיך צונעזאם, און... מיט ציטערדיגע הענט באגריסט ער דעם גרויסן גראף מיט א ברייטן:
ברוכים הבאים
תוקן על ידי - חיים_חייקל - 07/11/2005 2:40:27
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 03:07 |
|
| |
יאך האב דאך געוואוסט אז ער איז א שגץ, קוקט נאר גוט וועט איר זעהן אז ער גייט אפילו נישט קיין קאפל
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 03:09 |
|
| |
אויסער דעם הייסט דער גראף דזשעיסן02 ??? סיז וויכטיג צו וויסן זיין נאמען איהם צו פארמאסערן פארן גובענאטיר
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 02:18 |
|
| |
יעצט באמערקט א נייער גאסט אין די 'ערשטע' כשרע קרעטשמע
רעב מעכל שלום עליכם, קומט אריין, מאכט אייך היימיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 17:30 |
|
| |
עליכם שלום. עליכם שלום.
גלויבט איז גאט אז איך האב געטראפען די קרעטשמע, איך האב געבלאזטשעט אין וואלד אין די פרעסט עטליכע שעה ביז איך האב געזען א קליינטשיגע שטראל פין ליכטיגקייט פונדערווייטנס.
אהה... דא איז פיין ווארעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 17:47 |
|
| |
איך שטרעק אויך אויס מיין האנט פאר אלע חשוב'ע באזוכער און ביישטייערער צום קרעטשמע.
איך ווארט שוין ווען די מנהלים וועלן מקיים זיין מצוה לשמוע דברי חכמים און אויספאלגן די רויטע פארארדענונג פונעם געוועזענעם דיין צו באפעסטיגן דעם אשכול אויפן אויבן-אן פונעם קרעטשמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 21:41 |
|
| |
שלו' עליכם אונזער נייער געבוירענער סערוויס03
קודם האט איר פיל קשיות אויפן פארום, אבער נישט געדאגה'ט, איר וועט זיך צו געוואוינען צו די געשפרעכן דא אין קרעטשמע, איר וועט אוודאי קודם זיצן אין א זייט מיט א פארוואונדערטן בליק, אבער איך האב שוין צו יאנוש'ן גערעדט, ער וועט דיר אויף מיין חשבון דערלאנגן א גלאז פון וואס אימער דו גלייכסט.
אויב ווייסטו נישט וואס צו גלייכן, נו דאן קוק דיך אום אביסל אויף טישלעך און קוק וואס דער עולם נוצט דאס מערסטע, און איך באצאל עס (נאטורליך האט מיר שוין פארשפראכן צו צושטעלן צען אלפים) , לאז דיר אביסל וואויל גיין, כאפט א גלעזעלע שנאפס, אויב סיז אייך שווער צו דערגיין די מאסטגאונג משקה, דאן בעט פון יאנוש'ן זאל דיר אנפילן א פיל גלאז מיט מיינע פעווריטס משקאות, ער ווייסט שוין וואס איך גלייך.
מוזט דיך נאך אפילו נישט אנרופן, לויט ווי מיר קוקט אויס האט איר איצט באקומען פאות, נו במקום גדולים אל תעמוד, באט דאונט ווארי דו וועסט עלטער ווערן וועט איר שוין אויפכאפן דעם טיפן מהלך פון די שמועסן ביין אונז אין די הייליגע קרעטשמע, -פארשטייט זיך סיז מוז קודם זיין מילא כריסו בש"ס ופוסקים, אבער דאכצאך אז דו האסט גאנץ א גוטן תפיסה, איר וועט זיך נאך אביסעלע צורייבן- רק קיפ אן גאונג, מיט די צייט וועסטו שוין קענען מיטהאלטן א פארברענג כזקן ורגיל, אל תדאג.
און נאכאמאל ברוכים הבאים בשם השם
תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 21:43:57
 |
|
|
|
|
|