|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:35 |
|
| |
קרעמער;
די מנהלים האבן א תיבה אישית, אז די ווילסט עפעס פון זיי שיק עס דארט אריין, נישט לופטער עס אויס דא אין פאבליק.
און יא, שיעור פארגעסן, א גרויסען ברוך הבא פאר אלע נייע שרייבער'ס, איך בין ביזי מיט די קימפעטארין אביסעל, במילא האב איך נישט קיין צייט צו באגריסען יעדעם פערזענליך, ויחשב זאת בעיניו אלס א פערזענליכע ברוך הבא.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:39 |
|
| |
פענסטער;
OUCH
ווען דו וואלסט נישט געווען קיין בעל שמחה, וואלט איך דיר צוריקגעפליקט און אריינגעגעבן כמו שכתוב. אבער יעצט איינמאל געב איך דיר א ברעיק 
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:45 |
|
| |
עס קומט נישט דא אריין פליקן, אבער ווען מ'האט אויפגענומען דעם ניק 'קרעטשמער' אלס מנהל, האב איך געשריבן "קאמפלימענטען, קאמענטארן,ווי קריטיק צוגלייך קענט איר אריינשיקען צום קרעטשמער."
די פארשטייסט אידיש?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:47 |
|
| |
יעצט איינמאל לאז איך דיר האבן די לעצטע ווארט...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:55 |
|
| |
אבער סיז א פראבלעם איך פרוביר צו שיקן צום קרעטשמער סי קומט נישט אהן, אדער פאלט עס ארויס פון פענסטער
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:00 |
|
| |
קרעמער;
אויב די לאזט מיך האבן די לעצטע ווארט, לאמיך זעהן זאלסט יעצט זיין שטיל און גארנישט צוריק שרייבן.
(איך האב שוין לאנג באמערקט די קרענק ביי דיר, אז די מיינסט מוזט אייביג צוריק ענטפערן...)
==============
התאחדות;
די קענסט די ניגון, "ליגנט זאגן ליגנט זאגן טאר מען נישט, ווייל ס'איז א נביירע".
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:04 |
|
| |
ס'איז טאקע א קרענק? האבן די דאקטוירים שוין א נאמען דערפאר? (כ'מיין ס'הייסט נפחאלייטיס).
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:07 |
|
| |
אוי ביסטו גוט
איך מיין אבער יאך לייד פון די מחלה, אדרבה קוקט דאס נאך, איך וואלט געקענט באשטיין אז נישט, אבער ס'צי קינדיש זיך צו נאריש מאכן מיט אזא מאכלע
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:46 |
|
| |
א נאסער, באגאסענער 'אן א שירעם' שפאצירט חיים חייקל דער וואסער טרעגער אריין אין די קרעטשמע מיט זיינע נאסע הענט שטרעקט ער א ברייטן 'שלום עליכם' פאר די נייע
'שירעם'
וואס ער האט נאר וואס געפונען אין די קרעטשמע.
---
חיים חייקל מערקט - אין א זייטיג טישל - אז דער נייער 'שירעם' האט נישט גערן זיין ערשיינונג אין די קרעטשמע.
ס'גארנישט - זאגט אים חייקל - גיבט איבער אייערע פריינד וועלכע קוקן נאר אריין אין קרעטשמע דורכ'ן נייעם פענסטער אבער קומען נישט אריין מהנה זיין אז נישט דאס מיינט דער פסוק...
קומט און ברענגט אייערע ידידים זאלן זיי זיך היימיש מאכן מיט זייערס גלייכן...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 03:09 |
|
| |
א גוטן טאג אייך,
איך דריי זעך ארום דא שוין א היבש שטיקל צייט אין הער אויס די געשפרעכן, טאג בוך, דברי תורה וכו' אמאל שאקל איך צו מיטן קאפ, אמאל שמייכל איך צו זיך און אמאל פלאץ איך אויס אין א געשאסענעם הילכיג געלעכטער הא הא הא האה האא! אבער אלעס בהצנע לכת. איך שטיי אין א ווינקל און ציה נישט קיין אויפזאמערקייט (איך בין נאטורליך א שעמעדיגע).
אבער יעצט האב איך גענומען די מוט אין איך אנאנסיר פארן גאנצער קרעטשמע
רבותי, איך בין דא! איך הייס סעמאן פיש אין ס'פרייט מיר אייך צו באקענען.
תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 15/11/2005 3:10:46
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 03:31 |
|
| |
שששאלעם עלייחעם
כבוד הרב סעמאן פיש
-איך האב פארגעסן דיין נאמען ביים שרייבן די ערשטע מאל די תגובה-
אזא כאשיווער גאסט, וועלקאם אין, אונז פריי מיר זיך דיר צו האבן דא פאר א פארטנער, קיפ און גאונג, און הייב אהן צו טרינקען אביסעלע, לאז דיר אביסל וואויל גיין, איך האף אז די קרעטשמע וועט פון היינט און ווייטער נישט האבן קיין עקספענס פון די פיש ביי אלע סעודה'לעך.
אוי א נחת
תוקן על ידי - התאחדות - 15/11/2005 3:34:29
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 03:39 |
|
| |
אה... העלאו.... וואס שעמסטי דיך.
וועלקאם אין
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2005 16:27 |
|
| |
קרעמער;
דער בילד ברויך מען לייגען אין אשכול 'בילדער פון די מיטגלידער'....

|
|
|
|
|