בית פורומים היימישע קרעטשמע

'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/11/2005 19:56 לינק ישיר 

שלום עליכם פאר אלע נייע באזוכער'ס דא, איך ווייס נישט ווי דער יעניגער וואס פלעגט געווענליך יעדעם באגריסן מיט א גרויסן שלום עליכם איז נעלם געווארן, במילא במקום שאין איש, איז א קוימען קערער אויך גיט.

איך געדענק נישט פונקטליך קיין נעמען, אבער כ'על דערמאנען וואס איך געדענק יא.
ברוך הבא 'גראבע בערזעל', ברוך הבא 'בנו של חיים', וועם מ'האט נאכנישט דערמאנט דא, זאל זיך אנרופען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2005 20:19 לינק ישיר 

זיך יעצט דערמאנט, ברוך הבא 'כורמיזא', א איד פון א ווייטע וועג, מאכט אייך היימיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2005 21:04 לינק ישיר 

זיך יעצט דערמאנט (איך זאג ענק אז איך לייד אויף "פאסט פארטאם"...) ברוך הבא 'לחיים ל"ב', מאכט אייך קאמפארטעבל אין הער.

תוקן על ידי - פענסטער - 24/11/2005 21:03:21



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2005 01:16 לינק ישיר 

איך באהאלט מיך מיין בארד, לייג ארויף די פיאות אויף אויער איך טו אן א קעפ אין איך כאפ מיך אריין באהאלטענערהייט אין קרעטשמע, זעץ מיך אוועק אין א ווינקל אין אבזערוויר

אויב האט איינער מיך געזען אריינקומען ביטע נישט איבערגעבן די ראשי קהילה איך וועל נאך פארלירן מיין פאסטן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-25/11/2005 01:34 לינק ישיר 

חיים מרדכי וויאזוי רופסטו דיך געווענדליך מיט די פיאות אויף ארויף
גיב ארויס דעם ניק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2005 01:34 לינק ישיר 

שלום עליכם "חיים מרדכי", הא די העל איז יאר באס, אז ער לאזט דיך נישט קומען אין קרעטשמע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2005 01:49 לינק ישיר 

זעהט אויס אז חיים מרדכי איז נאך אונטערן רושם פון דעם נארוואס ערשינענעם ביכל "אומאויסגעוועלט"... און ער מיינט אז ער איז יעצט אריבער דעם ברוקלין בריק, און מוז זיך טוישן די בגדים אויפן באן...

חיים מרדכי; דאס איז א היימישע קרעטשמע... נישט קיין באר אין מאנהעטן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/11/2005 08:31 לינק ישיר 

וועלעכע? חיים מרדכי ברעכער?

עך עך


תוקן על ידי - סעמאן_פיש

איים סארי, איך זעה אז קרעמער האט מעך עך עך אויסגעכאפט.

עניוועי, וואס איז נייעס.

תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 25/11/2005 8:33:38



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2005 09:58 לינק ישיר 

איין קאלטן זונטאג פארטאג'ס קום איך צו קריכן צום קרעטשמע זיך דערווארעמען מיט אביסל "יין שרף" און "שנאפס" אפשר צו עסן אביסל "סעמאן פיש" און זיך ווארעמען ביים אויוון וואס איז אנגעהייצט מיט די געהילץ וואס נחמן נטע האט איבערגלאזט נאך זיך און בכלל
צו "געשמאק" "פארברענגען", צי "פארנומען בין איך דאך נישט".
ענדליך בין איך שוין דא זעה איך אז דער "קרעמער" האט באשלאסן צו פארהאקען די טויערען, איך האב נישט געטראכט קיין צוויי, מה עשה הקב"ה דערזע איך אן אפענעם "פענסטער" איך געב א קלעטער ארויף און א שפרינג אריין און... איך בין דא... איך ווארט אז איינער זאל צו קומען געבן שלום עליכם. אבער די קרעטשמע איז ליידיג אין קול ואין עונה. ברוך השם לא אלמן ישראל כ'האב מיר ארויף געשטעלט אויף א הויכען בענקל און אויס גערופן מיט קידוש לבנה אותיות ברוך הבא נין הרחמן!!!

איך האלט מיט די וואס האלטן אז נין מיינט אן איר-אייניקעל, מסתמא וועט "התאחדות" זיין מחולק מיט מיר אבער איך האף אז דער אלטער דייען "הרב זארעככפפעפפפפפעעעעררררר" וועט יא האלטן מיט מיר, על כל פנים די "ראש הקהל" איז זיכער אויף מיין זייט, ער האט שוין אן אלטע חשבון מיטן זעלבסט-געקרוינטען דיין נאך פון די גרויסע מחלוקה מיטן "גראף".

פארוואס איך הייס נישט נכד הרחמן, איז פשוט ווייל איך וויל נישט אנטרעפען מיין טאטען דא.

און ווי שטענדיג וועט קרעמער קומען מיט מיינע גראמאטישע פעלערען.

תוקן על ידי - kraitchmer - 27/11/2005 15:55:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2005 10:21 לינק ישיר 

כ'האב נאך גארנישט געשריבען און מען האט שוין געמעקט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2005 22:51 לינק ישיר 

ווי איר ווייסט דאך אלע, בין איך 'נחמן נטע דער האלץ האקער' געווען אינטערוועגנס אויף א לענגערע וויילע. היינט, אריינקומענדיג אין קרעטשמע, מערק איך גאר פיל פיל פרישע באזוכערס און דורכגייערס, אנגעהויבן פון סעמאן_פיש ביז טאנעניו, דעריבער וויל איך אויסשטרעקן פאר אלע פרישע דורכגייערס א ברייטן:

"שלום עליכם"

קומט אריין, מאכט אייך היימיש, באקענט אייך מיט אונז, און בעיקר לאזט איבער א גוט ווארט כתקנות הקרעטשמע...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2005 02:58 לינק ישיר 

א גיטען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-2/12/2005 03:07 לינק ישיר 

אה שלום עליכם שלום עליכם
שרייט חיים חייקל אויס מיט ספאנטאס אז די גאנצע קרעטשמע איז זיך צוזאמען געלאפן.

וואס איז? ווער איז דא?

די קרעטשמער הערן זיך איין מיט אינטערעסע ווי חיים חייקל ערקלערט די נארוואס ערהאלטענע מעלדונג, אז דער 'גרויסער קעניג פון די פאראייניגטע שטאטן' איז נארוואס פארביי די קרעטשמע.

די קרעטשמערס זענען באלד אריין אין א איבערראשונג, און אויפאמאל האבן זיך אלע גענומען גרייטן צו די קעניגליכע אויפנאמע, מאכנדיג זיכער אז דער קעניג זאל זיך שפירן ביי אונז אין די קרעטשמע היימיש ווי ביי זיך אין 'ווייסן' פאלאץ.

ביי די אריינגאנג פון קרעטשמע איז באלד אויסגעהאנגען געווארן א:

ברוך הבא שילד, באגריסנדיג דעם גרויסן גאסט.

תוקן על ידי - חיים_חייקל - 02/12/2005 3:09:01



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2005 05:23 לינק ישיר 

איך וויל מאכן א ברוכים הבאים פאר עטליכע נייע מיטגלידער:

יגרסהדותא
שםאחר
ביטערזיס
איוואן
טאטי
טאטניו

ווער נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/12/2005 05:40 לינק ישיר 


ברוך הבא פאר

ציצה קניפער.

מאכט אייך היימיש און ברענגט שיינע בילדער פון מיטל מזרח.

האב הנאה און זייט אנדערע מהנה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > 'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.