בית פורומים היימישע קרעטשמע

'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/1/2006 01:46 לינק ישיר 

אין דארף טוט סאכדעס אריינוואנדערן
און קוקט פון איינעם צום אנדערן
ער שטייט און קוקט מיט גרויסע אויגן
ווער איז דער וואס יעדער טוט זיך פאר איהם בויגן

ער קוקט בעסער און דאן זעהט ער
אז דאס איז נישט קיין צווייטער
וואו יוסף הצדיק, דער קעניג פון מצרים
באלד גייט דער דאיען אויפהערן טיילן שריים

ער זעהט וואו ער שטייט און דרשנ'ט אזוי
אלע שטייען מיט אפענע מיילער גענוי
און פלוצים זעהט זיך דער דאיען אויך
שטייען און טרינקן אלע ווערטער ווי געשמאקע יוך

זיינע ווערטער זענען דאך ווי פערל שטיינער
ס'צוגיסט זיך דאך אין אלע ביינער
אזויפיל קלארקייט און חכמה הערט מען
אז אלע קענען דאס פאר זיכער אויסרימען

אלע שרייבערלעך פארשטעקן זיך פאר איהם
ער געוואונט באלד די גאנצע געים
נו לאמיר אלע צוזאמען געבן א שריי טאקע
ווער נישט וועט כאפן א מכה (נישט ערענסט, געדארפט דאס פאר'ן גראם, זאל נישט אויסגערעדט זיין)


ברוך הבא
יוסף צדיקא


און פון אונטן טוט יאנאש אריינרוימען
אז דער קוטשמע נישט פארגעסן זאל מען
נו אדרבה נעם דעם כיבוד דעם שיינעם
דאס געט דאך יאנאש נישט פאר קיינעם

און פאר דיר אויך א ברוך הבא א שיינע
ליין די כונות מיינע די ריינע
איך האב שוין קיין סאך צייט נישט פארבליבן
אבער דאס וועל איך דיר יא גיבן

ברוכים הבאים
ערעב קוטשמע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2006 02:27 לינק ישיר 

התאחדות;

איך האב שיער געוואלט שרייבן אז איך בין מסכים מיט די וואס האלטן אז דו וואלסט געברויכט אויפגעבן דאס דיינות און זיך נעמען צו בדחנות... דאן האב איך אבער באמערקט אז דו ביסט שוין גארנישט דער כל-יכול, ווייל אנשטאט מאכן א פשוטע גראם אט אזוי:

נו לאמיר אלע צוזאמען געבן א שריי טאקע
ברוך הבא יוסף צדיקא

האסטו זיך גענומען טיילן מכות (מיינענדיג אז די גראם וועט אנדערש נישט קלאפן) און געשריבן בדרך ארוכה:

נו לאמיר אלע צוזאמען געבן א שריי טאקע
ווער נישט וועט כאפן א מכה (נישט ערענסט, געדארפט דאס פאר'ן גראם, זאל נישט אויסגערעדט זיין)
ברוך הבא
יוסף צדיקא


נע.. קענסט נאך נוצן אביסל פראקטיצירונג... אבער געב נישט אויף!!! האסט דעם טאלאנט, אין די האנט, ווייסט נאר פשוט נישט וויאזוי מען נוצט דאס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/1/2006 23:07 לינק ישיר 

לאמיר אלע אויסרופן הויך


שלום עליכם ישראל_הלוי



זאלן דיינע וועגן דיר אלס נאר פירן אויף גוטע ערטער





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2006 02:08 לינק ישיר 

יאנאש



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/1/2006 00:56 לינק ישיר 

יא???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 01:55 לינק ישיר 

הער א מעשה - יאנאש; איך האב געשריבן א גאנצע תגובה, איך האב דיר באדאנקט פארן אויפנעמען דעם עולם ווי עס פאסט, און נאך דעטאלן (וואס איך געדענק שוין ליידער נישט), אבער א טאג שפעטער באקום איך א מעלדונג פון איינעם פון די מנהלי משנה אז עס שטייט נאר "יאנאש"... איך האב פרובירט דאס ארונטערצונעמען דורכן "קרעטשמער" ניק, אבער היידפארק האט נישט געהאלטן ביים קאאפערירן מיט מיר... איך האב פרובירט איינמאל און נאכאמאל, און ווען דאס איז נישט געלונגען, האב איך דאס אוועקגעלייגט אויף שפעטער, און פארשטייט זיך אז איך האב פארגעסן דערפון... א יישר כח פארן דערמאנען, אבער יעצט לאז איך עס שוין אזוי... אז נישט וועט מען נישט וויסן פארוואס דו שרייבסט "יא"??



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/1/2006 04:16 לינק ישיר 

יו פליז דערמאן דיר וואס די האסט געוואלט זאגן, איך האב זייער ליב ווען מען רימט מיך אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 05:04 לינק ישיר 

יאנאש; פריי זיך נאכנישט, כ'מיין אז די איבריגע ווערטער זענען געווען געווענדעט צו "ישראל הלוי"...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/1/2006 19:11 לינק ישיר 

אבער איין ווארט מער איז זיכער געווען געווידמעט פאר מיר ניין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2006 05:32 לינק ישיר 

שלום עליכם

 

איך שטיי ביים טיר אין איך טראכט

זאל איך אהער קימען אדער נישט??

 

אלע פאזציעס איז שוין אויסגעכאפט, עס איז שוין דא א

 

ראש הקהל

שמש

דיין

רב??

קרעטשמער

וואסער טרעגער

האלץ האקער

פראקטעלירער

גראף

קוימען קערער

נרוון קריכערס

ליידיגערס

ארבעסטלאזע

גיטע שרייבערס

שלעכטע שרייבערס

מאשקעס

גבאים

 

מילא  וואס האב איך פין אהער קימען?

וועל איך נאך באקימען עפעס א פאזציע??

 

נאר וואס דען. איך קום אהער, כ'וועל פראבירן מיט שיינעם  

וועל איך באקימען א טיטל אין יעדער וועט זען אז איך בין דא איז גיט

אז נישט !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

 

 




















 

 

 

וועל איך גארנישט האבן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2006 05:53 לינק ישיר 

שלום עליכם חיימיל! יהא בואך לברכה, להרמת קרני פרה.

לגבי א טיטול איז אזוי, פרוביר שרייבן ווי מער דו קענסט, מיר וועלן שוין לויט דעם אפמאכן אויב דו ביסט ראוי לאותו איצטלא אדער אן אנדערע איצטלא.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/3/2006 00:03 לינק ישיר 

PLEASE WELCOME THE WORLD GREATEST SINGER



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/3/2006 04:30 לינק ישיר 

איך זעה קיינער מאכט זיך נישט וואוסנדיג וועל איך לייגן דעם ברוך הבא (כאטש ער האט שוין אליין אויך געלייגטאבער אונז וויל מיר נישט ער זאל שוין אנטלויפן)

ברוך הבא ערעב

זינגער_73




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/3/2006 16:30 לינק ישיר 

You made my day BENY!!!!! i came here in the Kratchma the first time yesterday,i was in my best mood ever,so i started to sing a beutifull song,i sang for 15 minuts with no pay...nobody even looked at me,no claping after i finished ,no smile,no commants,it was disscusting,i was 1 foot out of the Kratchma to be gone forever...then i saw my beloved BENY started claping his hands,and offered me a free beer!!!!so i am back




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/3/2006 01:10 לינק ישיר 

test



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > 'ברוך הבא' אשכול - פאר אלע נייע באזוכערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 8 לדף הבא סך הכל 8 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.