בית פורומים היימישע קרעטשמע

חיים חייקל איז בייגעשטאנען דעם נסיון...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/11/2005 02:14 לינק ישיר 
חיים חייקל איז בייגעשטאנען דעם נסיון...

א אמת'דיגע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביי אונז אין די "היימישע קרעטשמע"


אין גרינעם 'דאנערשטאג' "חיים חייקל דער וואסער טרעגער" פון דארף, הענגט זיך אן מיט זיינע וואסער אמפערס אויף די פלייצע און לאזט זיך ארויס אויף זיין טעגליכע וואנדערונג, זיך אנצוקלייבן אפאר גראשן פאר די ווייב און קינדער.

עס איז שוין אינמיטן העלן זיניג'ען טאג, חיים חייקל איז שוין היבש אפגעמוטשעט ווען ער גייט פארביי די קרעטשמע, און א געדאנק שווימט אים ארויף: אפשר זאל ער אריינגיין אביסל אפרוען זיין פארמאטערטען גוף, וועלכע ארבעט אזוי שווער, שלעפנדיג שעה נאך שעה, טאג נאך טאג, די שווערע וואסער פעסער אויף זיינע אקסלען.

געטראכט און געטון, חיים חייקל לאזט אראפ זיינע וואסער אמפערס ביי די טיר – בכדי נישט צו דערצערענען די קרעטשמער'ס און אויך בכדי נישט פארכאזערן די קרעטשמע – שפאצירט זיך אזוי געמיטלעך אריין אין די קרעטשמע, מאשקע דערלאנגט אים באלד א פיין גלעזל שנאפס, חיים חייקל מאכט ערליך הויך א ברכה און שלינגט אים אריין, קענטיג, מיט גרויס פארגעניגען.

אה... אה... ממש א מחי', ב"ה זיך דערקוויקט דאס הארץ, הערט זיך ווי ארויס פון חיים חייקלס מחשבות, אה... דאנק אין גאט פאר די קרעטשמע, ווייסט דער איינציגער באשעפער וואס חיים חייקל וואלט געטוהן ווען נישט די קרעטשמע, ווי וואלט ער זיך געווען אפגערוהט? ווי וואלט ער זיך געווען נאס געמאכט די גימען אינמיטן א זיניג'ען טאג?.

זיצט אזוי חיים יאנקל ביי זיין טישל רואיגערהייט און קוקט זיך אזוי אום אביסל אויף די ארומיגע טישלעך אין די קרעטשמע, הערט זיך איין צו די גערעדאכצער פון די פארבייגייערס, און פון מאל צו מאל לאזט ער אויך הערן פאר די ארומיגע זיינע געדאנקען און הערות, אבער דא הערט עפעס חיים יאנקל, אז מ'רעדט עפעס... פון... דעם 'פויבסט דער זעכצנטער' וועלכער איז נאר וואס פארבייגעפארן די קרעטשמע און אנגעווערטשאפט עפעס א מאדנער פארלאנג פון די קרעטשמער'ס...

חיים יאנקל פרובירט צוצילייגן בעסער דעם אויער צו דערשמעקן וואס דא איז פארגעקומען, ביז ער דערוואוסט זיך אז מעשה שהי' כך הי':

נישט מער און נישט ווייניגער, דער גרויסער הויכבאשפריצטער "פויבסט בענעדיקט-דער-זעכצנסטער" איז היינט פארמיטאג פארביי געפארן און אריינגעוואנדערט אין אונזער קרעטשמע, און באלד נאכן זיך לאזן וואויל גיין אויף מאשקעס חשבון... האט ער אנגעהויבן צו רעדן און צו אפיעל'ן צו די קרעטשמער'ס אזעלעכיגע זאכן וואס ליגט אים אויפן צינג, פארשטייט זיך אז קיינער האט נישט געוואוסט און פארשטאנען פון וואס ער רעדט, און אזוי פארגעסנדיג וואו ער געפינט – מיינענדיג אז ער איז ביי זיך אין רוים – האט ער באלד אנגעהויבן מיט אן אפיעל צו אלע פארבייגייערס - אשר ישנו פה ואשר איננו פה - אז מ'זאל מיטשטיין מיט זיינע צינג געדרייעכצער.

'חיים חייקל דער פשוטער וואסער טרעגער' וועלכער האט ווי אלע אין קרעטשמע קיין אנונג געהאט וואס דער פויבסט וויל דא, האט געפרעגט אזוי מיט זיין תמ'וואטע'דיגן פנים: פון וואס רעדט דער פויבסט? וואס וויל ער?. דער פויבסט זעלבסט, וועלכער האט באלד געזען מיט וועם ער האט דא צוטוהן, האט אויפן פלאץ גענומען דאס ווארט און פרובירט צו ערקלערן פאר חיים חייקלען אויף וואס ער אפיל'ט אצינד, און זעענדיג ווי חיים חייקל פארשטייט נאך אלס נישט האט ער אים פשוט געוואלט ארויס טראגן פון די קרעטשמע, און בכבודו ובעצמו אים צו-ווייזן מיט די פינגער צו די ארטיגע פלעצער נאך וואס ער אפיל'ט...

ניין! ניין! שרייט חיים חייקל אויס ווי א העלד! מיר ווילן דאס אפי' נישט אנקוקן דעריבער דארפן מיר דאס נישט אפי' איגנארירן...

ווי א העלד איז חיים חייקל בייגעשטאנען דעם נסיון און זיך נישט געלאזט פארפירן אפי' פונעם גרויסן פויבסט זעלבסט!!!

תוקן על ידי - חיים_חייקל - 04/11/2005 2:17:01



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2005 02:25 לינק ישיר 

אונטער אן אנדערע ניק קענסטו אויך ביישטיין די נסיון?!...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:28 לינק ישיר 

מצורף קובץ

לכבוד דעם וואס חיים חייקל איז בייגעשטאנען דעם גרויסן נסיון, וועלן מיר אריינלייגן עטליכע בילדער פון זיין נאנטסטן חבר "נחמן נטע דער האלץ האקער"...

זיצנדיג איבערגעבויגן איבער דעם נארוואס אראפגעפאלענעם בוים...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:29 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא ווערט געזען גרשון טוביה, דער אלטער טאטע פון נחמן נטע...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:30 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ער איז עטוואס מער פארגעשריטן געווארן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:30 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ווער געדענקט נאך די זיבן זאטע יארן (איידער לידער'ס דייעט)...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער ערל מיכאעל, נחמן נטע'ס קאמפעטישן...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נחמן נטע שטייט און קוועלט ביים אנגעפילטן שפייכלער מיט האלץ... יעצט קען ער זיך אפרוען א גאנץ ווינטער...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:34 לינק ישיר 

מצורף קובץ

צולעצט: א פריש בילד פון ניקאליי... הארט נאכן ערהאלטן די גוטע נייעס אז עס שנייט אין דערפל...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:36 לינק ישיר 

עס ליגט שוין ביים קרעטשמע...
http://www.dwfgallery.com/images/Birch%20wood%20Pilelrg.jpg

תוקן על ידי - שנאפס - 04/11/2005 2:45:24



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:37 לינק ישיר 

יישר כח שנאפס פארן צוברענגן די האלץ ביז צו די קרעטשמע (איך וועלט אפשר אויך געברויכט קודם גרויס מאכן די בילדער און דאן ארויפלייגן, ואתכם הסליחה).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/11/2005 02:41 לינק ישיר 

'חיים חייקל דער איינפאכער דארפסמאן' פרעגט צי דער דארפ'ס 'הילצהאקער' איז אויך בייגעשטאנען דעם נסיון?

אויב יא טוב לצדיק טוב לשכינו!!!

אזוי טראכט זיך חיים חייקל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/11/2005 06:56 לינק ישיר 

פון וואס רעדט מען דא פאר א געפעפערט יאר!?
חייעם חייקעל דער קרעמער... .... טרינקט זיך אן מיט שנאפס ......... הייבט ער אן צו פארציילן אלעס פונעם צונג ארויס אריין אין די אויערן........ האקן..... האלץ.....שעפן וואסער....... פויס.... - עעעעעעעכככככאאאאא...עעעעעככככככאאאאא..... אסותא... - פויבסטס.... זעכטצן .. זיבעצען....... אריינקוקן....אהינקוקן....... ארויסקוקן...... אראפקוקן.....
איך פארשטיי נישט !!! דאס איז נישט פאר מיין קאפ....!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חיים חייקל איז בייגעשטאנען דעם נסיון...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext