דעם בירגערמייסטערס באזוך אין דארף
במוצאי מנוחה... א גערויש פון מענטשן זעט זיך אן אין אלע געסלעך פון דארף, אין יעדן ווינקל און יעדן געסל קלויבן זיך צוזאמען געזעמל פון מענטשן, קיפקעס איבער קיפקעס. חיים חייקל שפאצירט זיך אזוי געמיטלעך צווישן די גאסן פון דארף, צווישן די מאסן פארזאמלטע, און פרובירט צוצינייגן אן אויער איבער דעם מאסן פארזאמלונג.
האסט נישט געהערט? ווייסט טאקע נישט?
דער גרויסער פריץ, דער בירגערמייסטער פון די געגענט, פארט פארביי היינט אווענט ביי אונז אין דארף, און אלע ווי איינס - קינד און קייט, יונג און אלט, מענער ווי פרויען - ריכטן זיך אים מקבל פנים צו זיין.
וואס? וואס? הער איך גוט? - פרעגט חיים חייקל א פארוואונדערטער – דער גרויסער פריץ, דער באקאנטער בירגערמייסטער, דער... דער... דער... איז דאך א גרויסער רש..., ער איז דאך דער וועלכער האט פארשטאפט זיינע גרויסע פריצידשע אויערן, בעת הויך געבילדערטע געלערנטע, מאדערענע, מענטשן פון אונזער דארף, האבן פארארבעט א גזירה קעגן אונזער'ס א באליבטע מצוה, אויף וועלכע אונזערע עלטערן און אור-עלטערן האבן זיך געלאזט הרג'נען אים דארפן מיר מקבל פנים זיין?
יא! יא! – ברומט זיך אזוי אונטער שמעלקע דער אלטער ארעמער שיסטער – דער גרויסער פריץ, וועלכע האט קיין אנונג און פארשטייט נישט מיטאמאל וויאזוי מיר ארעמע דארפסלייט שטיפן דורך דעם טאג טעגליכן געברויך, ערלויבט זיך נאך כסדר אויף אונזער חשבון ארויף צו ריקן די ראטעס און די שטייערן, אן דעם וואס ער זאל אפי' און באטראכט נעמען זיינע ארעמע דארפסברידער...
וואס הייסט? פארוואס זאלסטע אזוי זאגן? – שרייט צוריק נחמן נטע דער האלץ האקער, אביסל א צוקאכטער – ווייסטו דען נישט, אז דער גרויסער פריץ האט הערשט לעצטענס, נישט לאנג צוריק, אויפגענומען א גרויסע חשובע רבנ'ישע דעלעגאציע, ווי עס זענען אנוועזנד געווען אלע רבנים פון די ארומיגע דערפער, און האט דאן באוויליגט מיט זיין גוטהארץ, און גאט'ס הילף, אפצושרייען די גזירה.
חיים חייקל בלייבט שטיל אויף א וויילע און ווארט אז די פארזאמעלטע זאלן אים געבן א פונקטליכע ערקלערונג:
 |
|
|