| נשלח ב-6/11/2005 21:48 |
|
| |
אמעריקאנע פרעזידענטן
א שוואגער מיינער האט מיך געבעטן איך זאל אים ארויס העלפן זיך לערנען אביסל אמעריקאנע היסטאריע.
וואס גייט פאר?
ער גייט בקרוב האבן א טעסט פאר סיטיזענשיפ, על כן בעט ער איך זאל אים העלפן זיך ציגרייטען.
כ'האב אנגעהויבן צו ליינען דערוועגן. צום ערשט האב איך אנגעהויבן מיט די פרעזידענטן, איך האב מיך באגעגענט מיט אסאך אינטערסאנטע פאקטן וואס אפילו איך - א געבוירענער יענקי - האב נישט געוויסט דערפון.
איך וועל פרעגן עטליכע פראגעס, איך בין נייגעריג צו דער עולם דא ווייסט צו ענטפערן. (אבער פליז, נישט טשידען..)
1. וויפיל מענטשן האבן געדינט אלס פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 21:51 |
|
| |
דער יעצטיגער בוש איז דער דריי און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. אויב מיין זכרון דינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 21:53 |
|
| |
קרעמער צו שנעל גענטפערט.
במחילת כבודך הרמה, ביזט WRONG.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 21:55 |
|
| |
אפשר האסטו דא אויך אויסגעשפרייט א פאסטקע (אזוי ווי חי-וקים) מיטן שרייבן "מענטשן", און דו רעכנסט נישט די בהמות (ביל קלינטאן וכדומה)...
אבער איך שטיי אויף מיין גראונד! בוש 43!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 22:05 |
|
| |
א-קעי.
דער ענטפער איז 42!
יא, ביז צום היינטיגען טאג האבן געדינט בלויז 42 מענטשען אלס פרעזידענט.
איין מינוט, דזשארדזש דאבעליו איז דאך נאמבער 43, טא וויאזוי שטימט עס?
גראווער קליוולאנד האט געדינט צוויי טערמינען נישט אין א רייע. קודם פון 1885 ביז 1889, נאכדעם האט אים בענדזשאמין העריסאן באזיגט. פיר יאר שפעטער איז קליוולאנד נאכאמאל געלאפען קעגן העריסאן און אים באזיגט, קליוולאנד האט דערפאר באקומען 2 נומערן אלס פרעזידענט, 22 און 24.

|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 22:18 |
|
| |
דעס איז שוין גרינגער אביסל.
2. ווער איז געווען דער עלטסטער מענטש צו ווערן פרעזידענט, און ווער איז געווען דער אינגסטער?
תוקן על ידי - פעדעקס - 06/11/2005 22:17:24
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 22:22 |
|
| |
טאקע באלערענד, נישט געוואוסט דאס. די גרינע בירגערס וועלכע מאכן זיך סיטיזשיפ זענען שוין באלד גרעסערע תלמידי חכמים אין די היסטאריע פון די 'פאראייניגטע שטאטן' ווי די ארגינאלע 'יענקי'ס'...
אגב, איז דאס - אז 'קליוולאנד' ווערט פאררעכנט אין די ליסטע פון די אמעריקאנער פרעזידענטן' אין צוויי באזונדערע נומערן - אויך איינע פון די פראגעס, ווען מ'מאכט סיטיזנשיפ???
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 23:39 |
|
| |
קרעמער, כ'האף האסט דיך נישט באליידיגט.
עניוועי, דער עלטסטער מאן צו ווערן פרעזידענט איז געווען ראנאלד רעיגן, ער איז אלט געווען 69 יאר אין 1981 ווען ער איז געווארן פרעזידענט.
יעצט ווער ווייסט ווער איז געווען דער אינגסטער?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 23:43 |
|
| |
יין שרף:
איך ווייס נישט וואס מ'פרעגט דארט ווייל כ'האב עס נישט מיטגעמאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 23:43 |
|
| |
אויב מאך איך נישט א טעות איז דער אינגסטער געווען J F KENNEDY
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 23:48 |
|
| |
ערשטנס, א יישר כח פאר'ן ענטפערן.
דערנאך, כ'מיין דער אינגסטער איז געווען BILL CLINTON.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 23:58 |
|
| |
שיינהייט:
גראדע מאכסטו יא א טעות.
דער אינגסטער מענטש צו ווערן פרעזידענט איז געווען טעאדאר רוזוועלט ער איז אלט געווען 42 יאר ווען ער האט איבער גענומען וויליאם מעקינלי ווען ער איז געשאסען געווארן אין 1901.
קענעדי איז געווען דער אינגסטער מענטש צו ווערן "ערוועלט" אלס פרעזידענט, ער איז געווען 43.
===
יין שרף:
נישט אזוי שלעכט, קלינטאן קומט די נעקסטער אין די רייע, ער איז געווען 46.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 00:15 |
|
| |
נו נאך א גלעזל יין שרף מעג מען מאכן אזא קליינע טעות.
באט עט ליעסט האמיר עפעס געדענקט.
תוקן על ידי - שיינהייט - 07/11/2005 0:14:47
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 02:20 |
|
| |
פעדעקס;
איך ווער ב"ה נישט אזוי שנעל באליידיגט, איך בין פשוט נישט דאהי געווען היינט ווי געהעריג.
דער עלטסטער פרעזידענט וואלט איך אויך געשריבן ראנאלד רעיגן (מיין פעוואריט פרעזידענט פון אלע צייטן).
דער אינגסטער וואלט איך געשריבן דזשאן פיצדזשעראלד קענעדי, הגם דו וואלסט געשריבן אז טעדי בער איז געווען אינגער און געמאכט א גאנצע חילוק מיט א בויך-סברא, ערוועלט אדער ערזעצט.
יעצט לאמיר דיר פרעגן מיין פריינט:
וועלכע איז די קלענסטע מסכתא?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 17:01 |
|
| |
גמרא אדער משניות?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/11/2005 17:47 |
|
| |
גמרא
|
|
|
|
|