בית פורומים היימישע קרעטשמע

ארדענונג זאל הערשן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/11/2005 02:01 לינק ישיר 
ארדענונג זאל הערשן!

דריי איך זיך ארום אין מיין גובערניע, באטראכט די וואונדער פון די נאטור, הער זיך איין צי די שעפשענדע פייגלעך, און וויל זיך אביסל אפרוען פון מיין אויסמאטערענדע ארבעט, ווען צי מיינע אויערן דערגרייכן געשרייען, הילכיגע געלעכטערן אויסגעמישט מיט הוליערייען פון איבערגעטרינקענע שיכורים.

איך דריי זיך רעכטס און לינקס, פרוביר צי דערשפירן פון וועלכן ריכטונג די גערודער קומט, ביז איך כאפ זיך, הא! דא אראפ דעם בארג שטייט דאך מאשקע'ס קרעטשמע! זיכער איז שוין ווייטער דארט פארגעקומען עפעס א מסיבה'לע, אדער האבן זיך סתם אזוי צוזאמגעטראפן צוויי דריי אלטע חברים און האבן זיך געלאזט וואוילגיין מיט די וועלט בארימטע וויינען מיט וואס אונזער גיבערניע שמ'ט איבעראל.

איך ווענד מיינע טריט אין ריכטונג פון קרעטשמע, שפאן אריין מיט א גראף'ישע האסטיגקייט, מיינע וואנצן האבן זיך צונויפגעקנוילט אין כעס, און מיט א באפעלערישע שטימע שריי איך אויס צו אלע שכורים און אומשולדיגע אנוועזענדע אין קרעטשמע: שא!! שטיל זאל זיין!!

איך וויל נישט הערן קיין ווארט מער! אויב איך הער נאך אמאל די פארטייבנדע גערודער קומען פון די פענסטער פון דעם קרעטשמע, וועל איך זיין געצווינגן צו לייגן א ריגל מיט א שלאס דערויף, און איר וועט קענען טרונקן רעגן וואסער וואס חיים חייקל שטעלט אייך צו בשפע!!

דער גראף



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 02:39 לינק ישיר 

טייערער הויכגעשפריצטער גראף יר"ה
איר זאלט אונז ביטע דאס מאל פארגעבן,
מיר נעמן זיך פאר מער נישט קיין קולות צו וועבן,
שטיל און איידל וועלן מיר נעמן די משקה,
און יעדער וועט פאר זיך געבן א שאשקע,
מער ווילן מיר דא אייך נישט זעהן,
ווייל אז נישט וועלן מיר אלע פון דא געהן,
האלט אייך ביטע אין די ראמען,
אז נישט וועל איך ממשיך זיין מיט מיינע הערליכע גראמען,
צום גובערנאטער פון דעם ראיאן,
וועלן מיר בעטן א רשיון,
און מיר וועלן אייך ארויסשטעלן מיט מיליטער,
אנגעוואפנט מיט קוילן און געווער,
מיט די אידן האט קיינער נישט גוט גענדיגט,
אפילו דער הויכגעשעצטער בענעדיקט,
אויב ווייסטו וואס פאר אייך איז טייער,
דאן מיט א בואי בשלום ....
איך קען נישט מער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 02:46 לינק ישיר 

דער גראף שפאנט זיינע טריט נישט מער און נישט ווייניגער... צו... אונזער באליבטע קרעטשמע זעלבסט!.

וואס וויל ער דארט? וואס פארגינט ער אונז שוין ווייטער נישט אביסל רוה און רואיגקייט?.

חיים חייקל פוילט זיך נישט, ריקט זיך אריין אומבאמערקבאר - פון א זייטיג טירל - אין די קרעטשמע, און לייגט צו אן אויער צו דעם גראפ'ס באפעל.

נאכן זיך גוט איינהערן צום גראפ'ס באפעל, ווערטע פאר חיים חייקל'ן עטוואס גרינגער אויפן הארץ, ער אטעמ'ט אפ מיט א רואיגערן געמיט.
אה... ב"ה... מיר פארגינט יא דער גראף! אה... דאנק דעם פון אויבן.
פארט אבער, ציפט נאך חיים חייקלען טיף אין הארצן, הלמאי מיינע ארעמע פארמאטערטע ברידער'ס וועלן זיך נישט קענען ווייטער לאזן וואויל גיין, צוליבן שרעק פונעם גראף?

נא וואס טוט מען? וויאזוי קען מען אפשרייען די גזירה נוראה וואס הענגט ח"ו אויף די גאנצע קרעטשמע???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ארדענונג זאל הערשן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext