בית פורומים היימישע קרעטשמע

נידער מיטן ראש הקהל!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/11/2005 02:43 לינק ישיר 
נידער מיטן ראש הקהל!!!

אויך מיר א ראש הקהל - קלער איך צו מיר אליין זיצנדיג אויסגעצויגן אויפן ברייטן פאטעל אין מיין פאלאץ וועלכע געפונט זיך ביים ברעג ים וואו די כוואליעס קלאפן אין די זאמד און מאכן א גערויש וואס שלעפערט איין מיין הויז געזונדל און געט מיר א געלעגנהייט צו קלערן אביסל מיט א ניכטערן געוויסן - דער יענטאאש'ל, ווער מיינט ער אז ער איז? הא?

קיינער ווייסט נישט וואו ער דרייט זיך איבערן טאג, גייט ארויס אין פרי בעגינען צום נאנטן שטעטל שתדל'ן ביי די ארטיגע פריצים זאלן ביי אים, און נאר ביי אים, קויפן די וועלדער און די וואקסענע ליכט אויף וואס ער האט די מאנאפאל נאך בירושה פון זיין פארגייער דער געוועזענער ראש הקהל רבי ירוחם פישל זאל זיך מיען.

ווען ער קומט צוריק איז שוין שטאק פינסטער, אפילו די הינטלעך ליגן שוין אויסגעשטרעקט אין זייערע ביידלעך נאכן אפלעקן די ביינדלעך וואס סטעפאן דער פריץ פון דארף האט זיי אונטערגעווארפן אלץ באצאלונג פאר זייער געטרייע ארבעט היטנדיג אויפן זיכערהייט פון דארף.

דער אזוי גערופענער ראש הקהל שארט זיך אריין אין זיין פרעכטיגן צוויי שטאקיגן פאלאץ ארום האלבער נאכט, פארמאכט די טיר אונטער זיך צושטייטעלעך, שעפשענדיג א תפילה אז די יענטאאש'טע זאל זיך נאר נישט אויפכאפן און פרעגן פון וואו ער קומט אין אזא שפעטע שעה.

איבער די קהילה מיטגלידער געוועלטיגט ער מיט א אייזערנע פויסט און א שטייפע האנט, קיינער דערוואגט זיך נישט אריינצורעדן אדער חס ושלום זאגען פארקערט פון "יענטאאש דער ראש הקהל", וואס מיט זיינע שארפע בליקן האט ער שוין מער ווי איינמאל אוועקגעלייגט מענטשן אין חלשות.

דער זייגער בלייבט נישט שטיין און צייטן בייטן זיך, נייע פנימ'ער ריקן זיך אריין אין דערפל, און פארלאנגן נישט מער און נישט ווייניגער נאר - א ווארט וואס איז געווען פארבאטן צו טראכטן דערפון ווען דער ראש הקהל איז געווען ביי די כלים - "וואלען"!!!

אומגלויבליך - הערט מען רעדן צווישן די טישלעך פון די קרעטשמע - ממש אומגלויבליך! שמועסן די אנוועזנדע צווישן זיך, ווען זיי דרייען זיך אויס מיט שרעק צי יעדן שארך, קלערנדיג אז אפשר איז שוין דער ראש הקהל אויפגעקומען אויף זייערע מאטיוון, א דאנק די געטרייע מענטשן זיינע וואס ער האט איינגעפלאנצט צווישן דעם רעוואלטירענדע עולם.

עטליכע פון די באטייליגטע ביי די היסטארישע מיטינג האבן זיך געוואנדן צו מיר - דער הויכגעשעצטער גראף - מיט א בקשה אז איך זאל זיי צושטיין צי דער האנט, און מען זאל דעם אומפארשעמטן אזוי גערופענעם מכלומר'שטן "ראש הקהל" ווייזן דעם וועג, שעמען זאל ער זיך פארן איבערלאזן דעם דערפל אויף הפקר ווען די עקאנאמיע איז אזוי שוואך און די פויערן פון די ארומיגע געגנטער רישן זיך צו מאכן א פאגראם אויף די איינוואוינער פון דערפל און באראבעווען זייער שפאר ביסל האב און גוטס.

איך לייג ארויף איין פוס אויפן צווייטן, קלער זיך גוט איבער, וואס קענען זיין די קאנסעקווענצן פון מיין זיך אריינמישן אין די אידישע אנגעלעגנהייטן אין דערפל, מיט וואס קען מיר דער טראציגער ראש הקהל מר. יענטאאש אפסטראשן ווען ער וועט הערן אז מיינע הענט זענען געווען אריינגעמישט אין אט דעם אויפשטאנד?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 02:49 לינק ישיר 

נו ווער איז גרייט צו לויפן קעגן דעם הויכגעשעצטן רוישהאכאהעל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 02:51 לינק ישיר 

כא! כא! כא!..... פלאצט דער ראש הקהל אויס אין א שפאטיש געלעכטער!

ווער האט עס אים דעם נארישן גראף אפילו געפרעגט....

דער ראש הקהל וואס האט קאנטאקטן מיט די גרעסטע פריצים און גראפן אזש דער קייזער אליינס שרייבט זיך מיט אים פער דו......

נו זאל זיך זיין מאיעסטעיט דער ראש הקהל קימערן וואס דער פיצינקער גראף וואס פארמאגט סך הכל אפשר איין גוט און דריי פעלדער אוואו עס פאשען נישטיגע דרייסיג שאף און רינדער.....

כא! כא! כא!..... לאכט ער ווידער אין פנים אריין פונעם שוין יעצט פארשעמטן גראף.... כא! כא! כא!.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2005 02:58 לינק ישיר 

ווייזט אויס אז מיין חשד - אז דער ראש הקהל האט אונטערגעשטעלט שפיאנען אדער הער אפאראטן אינעם גאנצן קרעטשמע - איז נישט קיין אומזיסטיגער... ווי נאר איך האב פארענדיגט ארויסברענגן מיינע מחשבה'לעך, און איינער פון די אנוועזענדע האט גענומען די דרייסטקייט צו פרעגן אין א שטילע פארבארגענע שטימע אויב איינער איז גרייט און האט די שטארקייט זיך ארויסצושטעלן לויפן קעגן דעם ראש הקהל, שוין איז דער ראש הקהל אנגעקומען מיט זיין קארעטע, איינגעשפאנט צו פיר ווייסע פערד, באצאלט פון קהל'ס קאסע ווי געווענליך, געטריבן דורך זיין שיק יונגעל וואס איך ווייס ניטאמאל וויאזוי מען רופט אים.

הער ראש הקהל לעבן! יעצט קענט איר שוין צוזאגען וואס איר ווילט! דער עולם זעהט מיט וואספארא נישטיגע ביליגע צוזאגעכצער דו האסט זיי אריינגעפאפט דיר צו ערוויילן גלייך נאך ירוחם פישל'ס פטירה, גלייך נאכדעם וואס דו האסט זיך פארזיכערט מיט די פאזיציע, האסטו זיי געווארפן אויפן דראנג און געלאזט פייפן, יעצט וועלן מיר דיר לערנען א לעקציע וואס דו וועסט נישט אזוי שנעל פארגעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 03:02 לינק ישיר 

ניין ניין יאך ציה צוריק
איך האב געמיינט צו זאגן ווער איז דען גרייט?
כאסבעשאלעם קיינער וויל זיך ביי אונז נישט קעגן שטעלן אונזער הויכגעשעצטער ראש הקהל, וואס באדינט אונז אזוי געטריי און ערליך זינט ער איז אויף זיין אמט ארויפגעווארפן געווארן, חוץ מזה דער דעת תורה איז צו וועלן פאר די אמטירנדיגע בענקלעך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 03:03 לינק ישיר 

'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' נייגט זיך אזוי צי א האלבן אויער, און הערט זיך אונטער צו דעם גאר סודות'פולן געשפרעך, וואס קומט אצינד פאר צווישן דעם גראף אין דעם ראש הקהל.

ער שמייכלט זיך אזוי אונטער, בעת אין זיינע געדאנקען שוועבן, אז א תפלה וועט אין דער איצטיגער אנגעצויגענעם מומענט נישט שאטן.

ס'ארא חילוק דם צי צפרדע, ס'ארא חילוק פאר אונז איינפאכע דארפס לייט ווער ס'זיצט ביים שיסל, דער פויבסט צי דער פריץ, דער גראף צי דער ראש הקהל?, וואס וועלן מיר - די ארעמע שלעפערס - דען שפירן א חילוק? וואס וועט דאס פאר אונז אויסמאכן אינעם טאג טעגליכן?

דער עיקר, לב מלכים ושרים ביד ה', ווער ס'וועט נאר צום שיסל אנקומען, אויף סיי וואס פאר אן אופן, זאל אים ג-ט באשענקען מיט א גוט הארץ, און נישט צושטערן אונזער באליבטע קרעטשמע...



תוקן על ידי - חיים_חייקל - 07/11/2005 3:06:07



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2005 03:11 לינק ישיר 

חיים חיקל האט מען דיך געבעטען זאלסט נישט פארציילען וואס די הערסט אין קרעטשמע?.
מאכט נישט אויס, מיר וועלען ווייטער קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש און הנאה האבען פון די טאג טעגליכע פארברענגען אינטער דעם הייסען אויבען וואס דערווארימען אלעמענ'ס קאלטע קערפער.
באלד קומט אריין דער קרעטשמער אליין מיט'ן הייסען טאפ זיפ. איך זיץ שוין מיט'ן גרויסען לעפעל גרייט זיך צו דערקוויקען דאס העלזעלע מיט די פרישע בונדעל זיפ וואס פארענדיגט זיך מומענטאל צו דערקאכען.
ביז דערווייל לאמיר זינגען א לידעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 03:13 לינק ישיר 

וואס?! שוין ווייטער גייט מען אויפנעמען א נייעם הערשער?!
נארוואס איז ער אויפגעקומען אויפן טראן און שוין נידערן?

זאל מען נאר האפן עס זאל נישט שאטן פאר קיין אידן !
מיר דארפן דאך דרינגענד האבן האלץ און שטרוי פאר דעם בעפארשטייענדן ווינטער.
עס זאל נישט שאטן פאר אידן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/11/2005 03:14 לינק ישיר 

נאטורליך;

בונדל-זופ? הא? שיינע נאמען פאר נעכטיגע טשאלענט...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/11/2005 03:17 לינק ישיר 

אזוי רופען עס די אידענעס דא אין קרעטשמע, אדרבה פארצייל וואס עס ליגט דערינטער.
ביי אונז אין שטוב איז ביי ברוך קל עליון פון דער טשאלענט קיין זכר שוין נישט דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 03:20 לינק ישיר 

טייערער פויער
אויף האלץ בין איך נישט באזארגט, דאס וועט שוין נחמן נטע באזארגן, אבער שטרוי איז א פראבלעם, מ'וועט זעצן א בעסדינ וועגן דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2005 03:22 לינק ישיר 

חיים חייקל זאגט אז ביי אונז אין דארף:

מען קאכט איינמאל א וואך א גרויסן טאפ בארשט מיט ריבלעך - און אין ווינטער קרויט מיט באנדלעך - אדער קרויט איינגעזייערט אין פעסלעך און טעפ, ראסל מיט בוראקעס און האלעפצעס. דאס ווערט געגעסן ביז שבת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נידער מיטן ראש הקהל!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext