גראף האט חרטה - וויל ווערן א איד
דער גראף וועלכער טיילט לעצטנס אויס ציפקע צרות פאר די איידעלע אומשולדיגע דערפישע אידן דא אין קרעטשמע, האט -זעענדיג דו שטארקע שטארקייט מיט וואס מיר האבן זיך ארויסגעשטעלט קעגן אים מיטן הילף פון השי"ת- צוגעשיקט א בריוועלע וועלכע איז אנגעקומען מיט א שליח צום קאנצעליי פון קהל דא אין שכינות פון די קרעטשמע, נעכטן אויפדערנאכט אינמיטן דעם שרעקליכן קורצשלוס.
דער בריוו ליינט זיך ווי פאלגענד:
איך האב שוין כמעט חרטה
איך בין געווען א שוטה
וואס האב איך דא געטאן
באדערן עס פאנגט מיר אן
די חברה איבער מיינע ביינער
מען לאזט מיר קוים די ציינער
מען ווארפט מיר נאך שטיינער
איך בלייב אליין אן קיינער
איך בעט זיך איבער מיט אייך
איך וועל ענק אפילו מאכן רייך
אבער זייט מיר מוחל אצינד
שנעל שוין און געשווינד
דאס הארץ ווייטאגט מיר
גיסט מיר אן אביסל ביר
גלייך איז צוריקגעשיקט געווארן א שליח ווי מען האט געמאלדן דעם גראף אז מיר -אלץ אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים- זענען גרייט אויף געשפרעכן.
אומבאשטעטיגטע קלאנגען קורסירן צווישן די אלס-ווייסערס אין דערפל, אז דער גראף וויל זיך מגייר זיין און ווערן א איד, דאס איז די ווערסיע פון זלמן דער פעל סוחר.
ווידעראום חיים שמואל דער פרוכט הענדלער פארציילט פון קראנטע קוועלער, אז דער גראף איז גאר אן אפגעפארענער איד וועלכער וויל זיך יעצט צוריקקערן צום אידישקייט.
אלענספאלס דאנקט גאט ברוך הוא, שעפשעט א הייסע תפילה אויף ווייטער, און פאלגט נאך די אנטוויקלונגען.
 |
|
|