|
|
| נשלח ב-9/11/2005 23:02 |
|
| |
און אז מען רעדט שוין צווישען פיהר אויגען, מען האט געמאכט דער גאנצער אויפנאם ווייל מען האט באמת איינגעזעהן דאס נחיצות פון האבען א דיין אויפ'ן פלאץ.
אבער ווי געשמועסט פריער, בוש אליין האט אונז שוין פארציילט פון דיין גרויס עשירות.
באשר על כן איז צום האפען אז די זאלסט דיך שיין באשטייערען צום יערליכען דינער פון די הייליגע מוסדות.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 23:05 |
|
| |
טייערע גולשים:
פאר איך ערלויב מיך צו באהאנדלען אייערע תגובות, וויל איך אייך קודם אפגעבן יישר כח פארן זיך אנשטרענגען און מיר ענטפערן העפליך און מענטשליך כראוי וכיאות.
וואס איך האב נאר געוואלט פארשטיין איז אזוי:
איך פארשטיי אליין גאנץ גוט - בעסער געזאגט זייער גוט - וואס דאס מיינט אז מ'זוכט זיך אביסל אינטערצוהאלטן און פארברענגען, בפרט נאך א שווערע טאג ארבעט.
מיין פראגע איז נאר: 1. קענט איר דען נישט אויסטרעפן עפעס מער זאכלעכע ענינים מיט וואס זיך אביסל אינטערצוהאלטן?. אודאי פרשטיי איך אז ס'דארף זיין אויך געמישט מיט אסאך HUMOR כדי עס זאל זיין צוציענד, אבער מ'קען דאך דאס מאכן מיט עפעס מער זאכלעך? (מיט וואס? וואלט איך געהאט א גיטע הצעה, אדער עפעס א גיטע המצאה, וואלט איך דאס אייך זיכער פארגעשלונגען). 2. איינער ענטפערט דארט: "נאריש? קינדיש? אפשר! באדערט דאס איינעם? איז מען מצער דערמיט א איד? קיינעם!". ר' איד טייערער, איך ווייס דאס אז דא אין אייער פארום קריגט מען זיך נישט, איך האב זיך דאך דאס אליין איבערצייגט. קודם דאס אליין, די שיינע מענטשליכע תגובות, וואס איך גלויב אז ערגעץ אנדערש וואלט איך געקריגן פאר'ן בלויזן פרעגן אזא פראגע א מרוטת לחי כמו שכתוב..., דערנאך האב איך פארן אפשרייבן מיין ערשטע תגובה אביסל ארום געבלעטערט אין אייערע אשכלות און זיך דאס אליין איבערצייגט. אייער ענטפער צו מיין פראגע פארשטטייט זיך עפעס ווי איר האט נישט פארשטאנען מיין שאלה, דהיינו איר זענט דאך אלע ערוואקסענע מענטשן און דא מאכט איר אייך אסאך מאל אזוי נעריש מיט קינדערישע געדאנקען ווי כאילו איר וואלט זיך געפונען אין נורסערי-קינדערגארטען..., אדער פליען אייערע געדאנקען אין הוילע דמיונות ווי די כתה ז' אינגלעך, דעריבער האב איך געפרעגט וואס איז דער ציל פון זיך אזוי אראפצולאזן ממש ווי קליינע קינדער ווען מען קען טוהן דאס זעלביגע אלס אן ערוואקסענער אויך.
ס"ה מיין פראגע איז "נישט" פארוואס איר פאליטיקיזירט נישט? פארוואס איר זענט נישט קיינעם מבזה? פארוואס זענט איר נישט ביזי מיט לה"ר ורכילות כדרך שעושה פלוני? ניין! דאס איז נישט מיין פראגע און אדרבה איך טוה אייך גראטולירן פאר דעם, ומכם ילמדו אחרים, מיין פראגע איז נאר פארוואס זאל דאס נישט געמאכט ווערן אביסל אויף אן ערוואקסענעם אופן?
אנטשולדיגט אייך פארן באדערן
און נאכאמאל א דאנק אייך פאר די מענטשליכע תגובות.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2005 23:25 |
|
| |
טייערער סערוויס03. אנשטאט זיך אפרעדען און פארברענגען טייערע צייט מיט'ן טייפען קשיות.
טוען מיר אייך לאדענען בשם כל הקהל צו שרייבען דא ביי אונז. אדרבה לאמיר זעהן וואס הייסט נישט נאריש נאר זאכליך.
א דאנק פון פאראויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 00:26 |
|
| |
אל מעלת כבוד הרה"ח ר' סערוויס זעראו דריי הי"ו
הער זיך איין.
איך פארשטיי וואס דו פרעגסט, און איך זע אז דו פארשטייסט וואס מיר ענטפערן. דיין איינציגע פראבלעם איז נאר פארוואזשע קען מען נישט שרייבן עפעס מער -ווי מ'זאגט- טאטיש.
לאז מיך דיך זאגן. עס האבן דיך שוין אלע דא געזאגט, און דו האסט דאס אויך פארשטאנען, אז אונזער איינציגער ציל איז ארויפצוברענגען א שמייכל אויף די לעפצן פון אידן, וועלכע זענען טרוד מיט אלע ערליי דאגות וואס עס מאכט זיך ביי אידישע הויז געזונט.
ביזדערווייל האט די -וי דו רופסט דאס- קינדישע וועג געארבעט, און עס האט עררייכט אונזער ציל : יא מענטשן שמייכלען!. נו צו וואס טוישן.
איך וויל דיך נאר בארואיגן, אז דער דמיון פראבלעם איז נישט אזוי גרויס.
מיין נישט אז דער וואס רופט זיך חיים-חייקל, ווען עס קומט צו שמע קולינו ביי די שמונה עשרה וויקלט ער זיך איין אינעם טלית, פארגלייזט זיך די אויגן, ברעכט אויס אין א געוויין, און שעפשעט א תפילה צום באשעפער אז מיר זאלן פטור ווערן פון דעם 'גראף' וואס טיילט אונז אויס צרות.
און זארג דיך נישט אז דער וועם די קענסט אלס 'סאכדעס', זיצט ביי זיך אינדערהיים איבער א פלארעסנט און באטראכט שאלות.
עס האלט נאך נישט ביי אזא שטאפל, אז איך וואס רופט זיך יענטאאש - ראש הקהל, ווען איך וועק זיך אויף אינדערפרי קוק איך זיך ארום צו איך בין טאקע אין א גאסט הויז אין פעטעבורג, און איך שריי אויס 'אך ס'איז שוין נאך האלבער צען כ'האב דאך געהאט אן אוידיענץ מיטן הויפט אפיציר פון די ים פלאטע'.
דער מצב איז נישט אזוי געפערליך....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 01:20 |
|
| |
אנטשולדיגט טאמער איינער האט זיך געפילט געטראפן פון מיינע ווערטער.
נאטורליך, איך טו דיך זייער שעצן בכלל, און בפרט פאר דיין הערליכע טאג-בוך, איך בין נישט דא אויסען אייך צו אטאקירן, ולא באתי רק להעיר.
אלעס גייט נאך מיט, מ'האט אויפגענומען א ראש הקהל, א דיין, ארענדאר וכו', אדרבה ס'הייבט אביסעל די מאראל דא.
אבער לעצטנס קוקט עפעס אויס ווי מ'האט שוין נישט וואס צוטין דא, מ'איז "נאר" ביזי א גאנצען טאג מיט דעם, די האלץ האקער רעדט צום וואסער טרעגער, און די ראש הקהל רעדט צום גראף, וחוזר חלילה.
נאכאמאל, אמאל אמאל איז עס זייער פיין, אבער נישט נאר דעס א גאנצען טאג.
יענטאאש, די שרייבסט אז די וועג האט ג'ארבעט ארויף צו ברענגן א שמייכל, איך זעה נישט וואס איז שלעכט מיט די אשכול פון קינדערישע זכרונות, אדער אפי' דיין אשכול ווי די פרעגסט וואסערע מין יענטאאש צו זיין אינדערהיים, צו אמאל האט איינער דא געהאט אן אשכול וועגן די סוגיא פון חיזוק אויף א הומאריטישע אופן, און מ'דארף אפי' נישט דערמאנען די טאג בוך פון נאטורליך. די אלע זאכן זענען גענוג צו מאכן מענטשן שמייכלן.
און נאכדעם איך האב חברים וואס שרייבן דא, וואס האבן מיר אויך געזאגט אז די לעצטע שטיק צייט איז עס צופיל, סאו איך בין נישט דער איינציגסטער, ס'נאר דא מענטשן וואס האבן מורא צו זאגן זייער הערות אין פאבליק. (מחמת איזה סיבה שהוא)
איך וויל נאכאמאל איבערבעטן יעדן איינעם וואס פילט זיך געטראפן פון מיינע ווערטער, איך מיין ח"ו קיינעם נישט וויי צו טין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:24 |
|
| |
כבוד ר' שירעם נ"י, אדרבה. לאמיר זעהן וואס די קענסט. הייב אן שרייבען, ברענג ארויף א טעמע מאך א קאנווערסעישען. סתם קריטיקירען איז נישט אינטערסאנט ווייל אויב האלסטו נישט דערפון מיזטו דאך נישט לייענען.
אויב גראף וויל זיך אויסגעבען און אפשרייבען א גאנצער גליון פאנטאזיעס, צו חיים חיקל ניצט אויס זיין שיינע פענע צו אביסעל הומאר. איז די ברירה ביי די לייענער צו לייענען אדער פארלאזען דער אשכול און קליקען אויפען אנדערען. גלייך ווי די אידישע ליכט לייענער, יעדער האט א געשמאק און א אנדערע נושא. די פרויען לייענען נישט די דברי תורה און די מענער לייענען נישט די רעצעפטען פאר קארען פלעקס קיגעל.
קוק אויף די שקלא וטריא פון קרעמער און די שאלות פון די וואך ועוד ועוד.
די שרייבער דא זענען מער ווייניגער חשובע בטעמ'טע אינגעלייט וואס ווען זיי ווילען נעמען א פאזע פון די ארבייט זענען זיי דא צו פארברענגען מיט נישט אנגעשטרענגטע זאכען.
קינדער אין חדר גייען און הויף ביי לאנטש, בעלי בתים קומען דא אהער. מה כל הרעש אז מען שרייבט נישט טיעפע רעיונות?
קליינע שפילען זיך מיט שפילצייג, ערוואקסענע שפילען מיט שרייבען לייכטע שטיות.
אז א געוויסער שרייבער איז נישט געניג אינטעליגענט למע"כ, הברירה בידך ובעינך נישט צו קוקען זיינע געמויזעכץ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:26 |
|
| |
קרעמער;
די פאנגסט אן מיט באלד אותיות אז העי! די ווילסט שוין לאנג פרעגן די שאלה, און נאכדעם לאזטו דיך אריין און א גאנצע אריכות, צו פאר-ענטפערן פאר דעם סערוויס-מאן, יעצט שטעלט זיך די שאלה אויב די ווייסט די ענטפער דערויף, וואס הייסט אז די ווילסט עס שוין לאנג פרעגן?...
וואס איך טראכט אפשר איז אז די האסט געמאכט א דזשאוק ווען די האסט געשריבן אז די ווילסט עס שוין לאנג פרעגן, און אזוי קוקט טאקע אויס, ווייל ווען די פאנגסט אן צו ענטפערן, שרייבסטו "ערנסט גערעדט:".
אבער די פראבלעם איז נאר אז ס'קוקט מיר נישט אויס צו ערנסט... (ס'האט אפאר מאל אזאלכע דריי פינטעלעך... אנצוצייכענען אז דא דארף מען לאכן).
=====
בנוגע די סומאטאכע דא, עטס דארפט'ס מיר געבן צייט עטליסט ביז נאכן ברית, אפשר דעמאלטס וועל איך עפעס זאגן דערוועגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 02:35 |
|
| |
געווען איז דאס אין א גרינעם פאכמרעטן 'מיטוואך' ווען 'חיים חייקל' דער וואסער טרעגער רישט זיך שוין צו זיין וועג אהיים נאך זיין שווערן טאג ארבעט. די פאכמארעטע הימלען, די דיקענע וואלקענעס, וועלכע האבן זיך אויסגעשפרייט העכערן דארף האבן אים אביסל פארשווערט זיין וועג, אט אט רישט זיך צו פאלן א רעגן, קיין שירעם האט ער נישט מיט זיך, אבער מאכט נישט - דערמאנט זיך חיים חייקל אויפן ארט - מיר האבן דאך הערשט געבעטן דעם הייליגן טאג 'ואל יכנס לפניך תפלת עוברי דרכים'. איבערהויפט אז חיים חייקל ווייסט אז פאר אים - דער וואסער טרעגער פון דארף - איז דאך דער רעגן-וואסער ממש ווי א ברכה, דען די דערפישע קוועלער זענען דאך האלב ליידיג צוליב דאס גרויס טריקעניש וואס האט געהערשט אין דארף דעם נארוואס פארלאפענעם זומער.
אה... די קרעטשמע... אה... ב"ה... דער גראף האט שוין, דאנק אין ג-ט, אויפגעגבן זיין טייוועלישן פלאן, אה... לעושה נפלאות גדולות כי לעולם חסדו..., דעריבער לאמיר אריינגיין אין די קרעטשמע נאכאמאל כאפן א לחיים, אין דאנקען ג-ט פאר זיינע גרויסע חסדים ברוב עם – טראכט אזוי חיים חייקל צו זיך גייענדיג אין זיין וועג –
נאכמער טראכט ער אזוי, אפשר גאר וואלט מען געווען געדארפט אראנדזישרן און ארגאנעזירן א א יום טוב, א משתה ושמחה, א גרויסארטיגע סעודה'ניו מיט בשר ודגים, און פארשטייט זיך אליין אז פון די כעלערליי געטראנקען וועלכע גיסן זיך דא כסדר, אין א פשוט'ן טאג, וועט פון זיי אודאי און אודאי נישט זיין קיין מאנגל ביי די גרויסארטיגע סעודה, אדרבה ס'וועט זיך גיסן אזוי אז אפי' די שטימע וועלן ווערן בגילופין.
א גוטן טאג... א גוטן טאג... מיינע טייערע פריינד! מיינע קרעטשמערס! - באגריסט אזוי חיים חייקל אריינקומענדיג אין קרעטשמע מיט זיין יום טוב'דיגע שמייכל –
זייער מאדנע... זייער מאדנע... קיינער ענטפערט נישט, קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג, אלע זיצן דארטן אין איין וואונקל צוזאמענגעקוועטש ארום איין טישל, אלע מיט די ציקנייטשטע שטערנ'ס, און מ'סודות'סט זיך ארום. חיים חייקל מערקט ווי די קרעטשמער באהאנדלען דארט עפעס א ערנסטן ענין, אבער געוואלד וואס איז דאס אזוי ערנסט היינט? וואס באהאנדעלט מען דארט? הערשט היינט אינדערפרי איז דאך אנגעקומען די בשורה טובה פון אונזער באליבטן ראש הקהל איבער די ביטול הגזירה וואס האט געהאנגען איבער די קרעטשמע, טא צו וואס איז מען דארט אזוי ערנסט?
חיים חייקל וויל זיך אויך אזוי צוזעצן צו דעם טישל הערן וואס מען באהאנדעלט דארט, א קאלטער שווייס באגיסט אים ווען ער הערט איבער די ידיעה פון די נייע צרה וואס א געוויסער מאן דהוא האט געוואלט ח"ו אריינווארפן היינט אויף די קרעטשמע.
וואס? א מרה שחורה האט ער אונז געוואלט אנווארפן? אוי... דאס, די גזירה, איז דאך צען-טויזנט מאל ארגער און גרעסער ווי די גזירה פונעם גראף - שרייט חיים חייקל מיט א געוואלד -
חיים חייקל גארטעלט זיך אן שטעלט זיך אויף און זאגט זיי:
הערט מיך אויס מיינע טייערע ידידים זאגט דעם יעניגן אזוי:
דא - אונזער קרעטשמע - איז א רשות הרבים ווי עס קומען אריין ארימע, פארפלאגטע, צובראכענע, יודן זיך צו דערקוויקן דאס הארץ. ביי אונז אין די קרעטשמע דארף מען קיין רשות נישט האבן, ס'איז פריי אפן. יעדער קען אריינקומען! אבער בתנאי אז די באזוכער דארפן זיין - אדער ווערן – פרייליך! די טיר איז אפן פאר אלע יארגאנג צוגלייך: גאר יונגע יונגעלייט, יונגעלייט, מיטל יעריגע און אלטע יודן, דאס זעלביגע איז דאס אפן פאר אלע סארט מענטשן צוגלייך קלוגע און... געזונטע און... א.א.וו.
טא מיינט דער יעניגער אז ביי די צובראכענע פון אונזער פאלק איז פארהאנדן נאר עלטערע צובראכענע מענטשן? אדער אפשר מיינט איר אז אין דעם קאטאגאריע זענען פארהאן נאר ערוואקסענע? אדער אפשר גאר מיינט איר אז פון די סארט זענען פארהאן נאר אזעלכע וואס מ'האט אויסגערופן אויף זיי איידערן געבורט חכם? ניין! מיר ווייסן - און מיר זעען - אז ליידער ליידער נעמט דער פראבלעם אריין אלע סארט עלטער און אלע סארט מענטשן צוגלייך יונגע ווי אלטע קלוגע ווי נ..., ווייל דאס, דער פראבלעם, זענען אויך פון די זאכן וואס מ'נעמט זיך נישט אליין...
די פילע באזוכערס דא טרעפט זיך יעדערער 'זיינס' גלייכן מיט וועם צו כאפן א גוט ווארט! און טאקע דאס איז די סיבה פון די גוטע אטמאספער אין די 'היימישע קרעטשמע'! ווייל דא געפונט זיך יעדער 'היימיש' ווייל יעדער טרעפט זיך זיינס גלייכן...!
זאגט דעם יעניגן, זאל זיך אביסל מער דרייען צווישן די טישלעך, וועט ער שוין אויך טרעפן דא זיינס גלייכן. א ביישפיל זעה איך, ער האט אפי' שוין געפונען עטוואס זיינס גלייכן, די 'נאטורליכע' באשרייבונגען מיט די אמעריקאנע פרעזידענטן זענען אים גראדע יא געפאלן. זאל ער זיך, ווי אלע באזוכערס דא, אויפזיכן זיינ'ס גלייכן און איבערלאזן זיין שמייכל צווישן די טישלעך פון די קרעטשמע.
פארשטאנען???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2005 03:01 |
|
| |
א שיינע שאלה, און גלייכצייטיג גוטע סערוויס צוגעשטעלט פארן עולם...
איך ווייס נישט פארוואס, אבער דער אשכול דא געפעלט מיר עפעס די מערסטע. [פארשטייט זיך נאך נאטורליךס טוגביך..]
ולגופו של ענין, חיים חייקל האלט ווי דער ראב"ד אז חכם רופט מען אויס און נישט מען נעמט עס אליין. אבער איך האלט ווי דער רמב"ם אז מען קען עס אליין נעמען
נישט צו פארדרייען די געמויזעכץ דא, וועל איך זאגן את אשר עם לבבי וזה החלי. באמת האב איך שוין אויך געוואלט פרעגן די קשיא אלאנגע צייט צוריק, עטליכע ואכן נאכן אריינקומען אין קרעטשמע, [די דעמאלטסדיגע היימישע שטותים] ולמען האמת האט זיך דער פורום געעפענט מיט גאר אנדערע טעמעס נאר האט זיך פארוואנדלט היינט צוטאגס און א כרם זלות לבני אדם העומד ברומו של היידפארק א יחיד במינו קיין מחלוקת קיין הלבנת פנים אלעס מיט א אמתדיגע פריינטליכקייט און שמייכלדיגן ציל. דאס איז אמאל.
היום יום, ווען דער ציל איז קלאר, ארויסצוברענגען א שמייכל און זיך אונטערהאלטן אויסגעבן אן מחלוקת, איז מיין איך שוין פארענטפערט געווארן די קעפל פון אשכול. חוץ די קשיא פארוואס פונקט קרעמער דארף אלס ענטפערן ער איז דאך שוין אפילו נישט קיין מנהל. מיין שאלה ווערט יעצט נאר:
וואס איז דער ציהל פון סערוויס 03??
און מסיים זיין בדבר טוב, מזל טוב ר' נפחת פענסטער [נוטריקין פנחס...] צום געבורט פון דיין אייניקל.
 |
|
|
|
|
|