בית פורומים היימישע קרעטשמע

פון וועלכע טעמע וואלט איר געוואלט רעדן??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2005 19:37 לינק ישיר 
פון וועלכע טעמע וואלט איר געוואלט רעדן??

לעצטנס באמערק איך דורך די ווינקל פון מיין אויג ווי עס פאלן דא אריין מער מענטשן ווי געווענליך, און מענטשן הייבן אן פרעגן שאלות, וואס איז דער ציהל, וואס וויל מען דא, אנדערע הייבן אן איינטיילן, שרייב דאס, שרייב יענץ, עס טוט זיך אן איבערקערעניש, מען פרעגט, מען ענטפערט.

האב איך געוואלט עפענען א ספעציעלן אשכול געווידמעט אויף דעם איינעם צוועק, דער עולם זאל זיך אנרופן "וואס" זיי ווילן זעהן אין די קרעטשמע.

יעדער זאל שרייבן וועלכע סארט טעמעס ער גלייכט, זאל דאס זיין סתם שטותים, אמעריקאנע פאליטיק, וועלטליכע נייעס, אידישע נייעס, להבדיל תורה'דיגע ענינים, השקפה, מוסר, חינוך, עצות, חיזוק.

איבער וועלכע סארט טעמעס וואלט איר געוואלט ליינען?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2005 20:34 לינק ישיר 

א גיטע קשיא. לו יהא אז א טייל לייענער וועלען פארלאנגען זייער אינטערעסע אין א געוויסע נושא, נעמסטו דיך אינטער צו שרייבען?
לענד"ה לאזט יעדען שרייבען מה שלבו חפץ, אז איינער וויל נישט לייענען וועט מען אים נישט באשטראפען.
מסכים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 20:36 לינק ישיר 

איך וואוט פאר אלעס חוץ חיזוק ווייל ווען איך קום אריין אין קרעטשמע און איך כאפ א גלעזל 'יין שרף' אדער 'שנאפס' צו א פלעשל 'פארברענגען' און איך זעץ מיך צום טישל מיט אונזערע דארפישע אידן ווערט גלייך פארשוואונדען מיין אנגעזעצטקייט און איך ברויך מיר נישט קיין חיזוק



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2005 20:45 לינק ישיר 

נאטורליך לעבן, איך פארשטיי דיין פראבלעם, דו פארכסט זיך זיכער אז יעדער וועט אויסשרייען מיט א הויך קול: געב אונז מער נאטורליכע סחורה! און דו וועסט זיך שפירן זייער אומבאקוועם, ווייל אפזאגען איז נישט פון דיין נאטור, און שרייבן מער, איז אויך נישט קיין קלער, ווייל אפילו דאס ביסל קומט דיר זיכער אן שווער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 20:45 לינק ישיר 

אגב האב איך באמערקט אז עס זענען דא ביי אונז אין דארף מינימום 15 שותקים (איר ווייסט וואס איך מיין די תהלים זאגערס וואס דרייען זיך אגאנצן טאג ארום מיטן תהלים'ל אין האנט און מורמלען כסדר קאפיטעל נאך קאפיטעל און רעדן נישט אויס קיין ווארט נאר נייגן צו אן אויער צו אלעס וואס מען שמועסט דא) וואס זיי האלטן ממילא נישט ביים אויסזאגן זייער מיינונג (חוץ ווען ס'פעלט אויס אביסל קריטיק ), א ראי' האב איך ווייל איך האב נאך געזעהן דער אשקול ווען עס האט געהאט 0 תגובות און באזוכערס זענען שוין געווען איבער 15 און קיינער פון זיי האט נישט גע-עפנט דאס מויל צו זאגן א ווארט, ווער א עצה זיי צו עפענען דאס מויל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/11/2005 21:14 לינק ישיר 

איך רעד נישט פון פחד מיין ליעבער גראף. איך פארשטיי פשוט נישט דער נושא. זאל יעדער שרייבען וואס זיין הארץ באגערט.
איך שרייב ווען איך האב די מעגליכקייט אויף די באן. אויב איינער מאחב"י זיצט נעבען מיר עפען איך נישט דער לעפטאפ, וד"ל.
ווער עס וויל הערען חיזוק וכדו' פון א צווייטער מבני החבורה קען ער אים שיקען א בליץ בריוו און בעטען צו שרייבען מער. נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 23:45 לינק ישיר 

מוסר!
(נישט פאר מיר...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2005 00:41 לינק ישיר 

אקעי, גענוג געווען.

אויך מיר א שאלה וואס וואלט איר געוואלט רעדן. אפשר וואלט מען גאר געדארפט ארויסגעבן א גאנצע פראגע בויגן פון פינעף און צוואנציג סעיפים אויב מען איז צופרידן פון די קרעטשמע אויכעט?!.

די קרעטשמע קאסט נישט קיין געלט, ווער עס וויל קען אריינקומען, מיר מאכן אפילו נישט קיין תקנה אז יעדער וואס וויל ליינען 'מוז' שרייבן. אויב איינער וויל מען זאל שרייבן פון עפעס אן ענין זאל ער דאס אויפברענגען. און אויב איינעם געפעלט נישט דער וועג וויאזוי עמיצער פון דו וואס שרייבן שרייבט זאל ער זיך אויפהענגען.

ווילסט שרייבן שרייב. ווילסט ליינען ליין. ווילסטע נישט מוסטע נישט. געפעלט דיך נישט פלאץ, ביזט א אויפגערעגטע קאץ!. (אוי, דאס וואלט אפשר באלאנגט ביי 'קינדערישע גערעדעכצער - זכרונות').

תוקן על ידי - יענטאאש - 11/11/2005 0:43:19



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 01:06 לינק ישיר 

איך בין אויך פון די שותקים גראדע
מאכט נישט פון מיר קיין פאראדע
איך האב נאר אן נעמען זיך געוואלט
פאר די אלע אשכולות פון דא און פון דארט
מיט א געשמאקן טעם זענען אלע
דאס איז שוין נישט קיין שאלע
דאס איז ספעציעל ווען פון א טאג א שווערן
אפרוען מ'וויל און ווי אויך עפעס הערן
איז די קרעטשמע זייער געאייגנט דערפאר
צו זאגן אנדערש דארף מען זיין א נער
דער עיקר אסאך הצלחה זאל זיך דא גיסן
איינער מיטן אנדערן נישט זיין צוריסן
און בעיקר א דאנק פאר מיסטער פענסטער
ער איז דאך דא אויף די שורה דער ערשטער
פאר אזוי גוט באהאנדלן די שיכורים
אפילו סיז נאך נישט פורים
זייט מיר אלע געזונט און פרייליך
מ'קען זיך שוין אנגרייטן די דריידליך
א געזונטען ווינטער מיט אסאך געלט
די קרעטשמע איז די בעסטע אין די וועלט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2005 01:23 לינק ישיר 

טאלא טיטאטא טיטאט,
טאלא טיטאטא טיטאט,
..... .... ......,
..... .... ......,


אינטואל-

זייער שיינע גראמען



קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 01:54 לינק ישיר 

חיים חייקל דער וואסער טרעגער איז בכלל נישט אויסן אז מען זאל "רעדן".

ער וויל בעיקר אז: מען זאל שמייכלען, זיין פרייליך, און זיך וואונטשן א לחיים...

תוקן על ידי - חיים_חייקל - 11/11/2005 1:54:40



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2005 01:59 לינק ישיר 

יענטאש

האסט פארגעסן צו שרייבן אז מען זאל זיך אויפהענגען נאר טאמער מען וויל, עס איז נישט קיין תקנה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2005 02:25 לינק ישיר 

יענטאאש, האסט פארגעסן צו שרייבן אז נחמן נטע דער האלץ העקער וועט צושטעלן די האלץ פאר די תליה, און חיים חייקל וועט מנדב זיין אביסל שטריק פון זיינע אמפערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2005 01:43 לינק ישיר 

היי טו אלל;

THANK YOU FOR THE COMPLIMENT



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2005 03:42 לינק ישיר 

איין קשיא האב איך צו בענעדיקט.

געט א קוק אויף זיין פאספארט וועט איר מערקן אז ער איז אויך איינער פון די נייע געסט דא, נו וואס ווייסט ער צו זאגן אז עס פאלן דא אריין מער מענשטן ווי געווענליך, און וויאזוי און וואס מען שרייבט וכו'. ??

ולענין, איך בענק מיך זייער נאך די סארט געשרייבעכץ פון די ערשטע פאר דפים והלואי שיבא לידי.

יואלי גישמאקער
וואס שרייבט שוין דא סך לענגער פון אים...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2005 05:24 לינק ישיר 

יואלי... איך האב מיטלייד מיט דיר... אפשר הייב דו אן א טעמע וואס דו גלייכסט, און מיר וועלן מיטשפילן מיט דיר.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פון וועלכע טעמע וואלט איר געוואלט רעדן??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext