בית פורומים היימישע קרעטשמע

"כח היולי" - וואס איז דאס?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/11/2005 19:34 לינק ישיר 

מענטש
אז דו זיצט שוין יא אונטערן אויבן, נו פארוואס זאגסטו אז דו האסט נישט קיין צייט?

סארי פונקט באמערק איך טאקע עמיציר זיצט אונטערן אויבן, לאמיר געבן א בליק צו דו ביסט דאס,
..........
..........
אה אוקיי דו זאגסט תהלים א גאנצן טאג, סאו אם כן דאן פארשטיי איך שוין פארוואס דו האסט נישט קיין צייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2005 19:44 לינק ישיר 

קאמ'אן, סאכדעס! איך פיר מיין ביזנעס פון דארט! פארוואס מיינסטו איז מיין לעפטאפ געווען איינגעשטעקט אינעם קוימען? (גיי פארשטיי פארוואס די קרעטשמע האט נאכנישט קיין "ווהיי-פיי"!)

תוקן על ידי - menchele - 24/11/2005 19:44:02



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2005 19:48 לינק ישיר 

menchele

איך ווייס נישט פארוואס די רעדסט דיך אפ איך ניץ געהעריג ווי-פיי און איך מיין אז קרעמער נוצט אויך וויי-פיי
קען זיין אז דיין לעפטאפ האט א פראבלעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2005 19:52 לינק ישיר 

בשום-פנים-ואופן-נישט-צו-פארנומען,

כ'טראכט אז אייערע לעפאטאפס פארמאגן די נייע ווערסיע פון "ווינדאוס"-XP, וואס כאפט ביז'ן ווינט-מיל, נעבן "גוטן ארט" ביים עק שטעטל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2005 20:02 לינק ישיר 

מענטש

איך שטיי און איך וואונדער זיך ווי אזוי געוויסע פארשוינען מיט לעפטאפס, האבן געהאט א כיצפע צו פארדרייען דעם ריינעם אשקול.

זיץ איך מיר אזוי אין טראכט, כאפ איך זיך זיי ווילן אוודאי מאכן פרישע זאכן דא אין קרעשטמע, נישט מער און נישט ווייניגער:

"באשאפן לעקטער"

וויי געוואלד און געשריגן זיי רעדן אונץ איין אז זיי נוצן דעם קוימען, אבער אן עלטערן איד א תלמיד חכם, קאן מען מיט קיין דריידליך נישט אויספאפן, יאך בין דערגאנגען די זאך, זיי באנוצן זיך מיט א שרעקעדיגע מעטאד אשר לא שערום אבותינו, סיז א אבדזשעקט וואס מ'קען אפילו נישט זעהן, אבער יאך מיט מיינע ברילן האב אלדינגס דערשמעקט.

רבותי יאך וועל פארציילן דעם סוד ברבים, הארכט אויס דאס הייסט








































































כוח היולי


דער מענטש וואס זיצט מיטן תהלים'ל אונטערן אויבן, ער טענה'ט אז סיז מיט א נייע פירוש וואס רופט זיך לעפטאפ, ער פרובירט דורך דעם אטאם צו באקומען געציילטע עלעקטערי וואטס פאר זיינע זאכן.

שוין אם כן איז דאך דער אשקול נישט פארדרייט געווארן...

צו די גרויס צופרידענהייט פון אונזער אלעמען באליבטער פענסטער יר"ה

כה לחי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2005 20:06 לינק ישיר 

מענטשעלע-אדם'ל-MAN'עלע;

ראשית-כל, העפי האלידעי!

איך עסאָם אז דאס איז די ריעזאן-אורזאך פון דיין אנוועזענהייט היינט דא אונעם קרעטשמע, און דערפאר גלייב איך נאך נישט אז די ביסט בכלל דא געוועזן נעכטן.

והשנית, איך קליינע מענטשעלע פארשטיי נישט פונקטליך וואס די גרויסע מענטשעלע לערנסט אריין פשט און 'כח היולי', איך ווייס פון צוויי מיני יולי'ס:
איינס די וואס טראגען דעם נאמען נאכ'ן גרויסן רבי'ן ז"ל

און דו צווייטע איז JULY אויף אידיש





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2005 01:11 לינק ישיר 

מפוקל, (פארפאלן; צווינגסט אויף מיר ארויף דיך אנצורופן מיט אזא נאמען)

אז איך וועל האבן די געלעגנהייט, וועל איך עס בלי"נ טאן.


סאכדעס,

א כח החידוש אין פלפול - אז רבי שכנא פון לובלין שעפט זיכער פון דיר הויפנס נחת! (און איך האב געמיינט אז דו קענסט נאר טרוקן הלכה!)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2005 01:41 לינק ישיר 

מענטשעלע
דיין "עניית" דעתך, קוקט אויס צו זיין קרוב לאמת.
ווי ס'שיינט, ביסטו גארנישט אזא "מענטשלע" ווי דו שטעלסט זיך אהער...

--
אגב, אין ר' ישעי' ווייס'ענס ע"ה מח, האט זיך שוין געדרייט דיין געדאנק.
אויף די ווערטער פון אוהח"ק אנפאנג פר' בראשית, וזל"ק: יש מהן ניכרין באמצעות ההתכה, יש מהם באמצעות ההרכבה ... ויש מהם בכח היולי. צייכנט ר' ישעי' צו (אין אור בהיר), כגון, כח העלעקטריק.
וואס ווי באקאנט קומט טאקע דער גאנצער יסוד ה'עלעקטריק פונעם כח האטום.

---
און יעצט אביסל א ראי' לדבריך:
1.

Atom
the basic particle of matter, indestructible and indivisible, first proposed by ancient Greek philosophers ''as the fundamental component of the universe''


2.
http://library.thinkquest.org/17940/texts/atom/atom.html

יישר כח, האסט מיך באמת מהנה געווען.
נאט אייך נאך איינס


תוקן על ידי - זארעכפעפער - 25/11/2005 1:48:16



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2005 17:03 לינק ישיר 

איך פארשטיי אינגאנצן נישט וואס דער אומזיסטער וויכוח איז דא, כוח היואלי דאס בין איך !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2005 02:32 לינק ישיר 

א שיינע רמז איז מיר בייגעפאלן בנוגע דעם ענין:

יולי איז די ראשי תיבות: י' י'מלוך ל'עולם ו'עד!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2005 02:43 לינק ישיר 

כיון דאתי לידי אשדי ביה נרגא ;

וואס מיינט גשם חמישי ?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > "כח היולי" - וואס איז דאס?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.