בית פורומים היימישע קרעטשמע

די שעדליכקייט פון רויכערן!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/11/2005 02:00 לינק ישיר 
די שעדליכקייט פון רויכערן!!!
מצורף קובץ


ב"ה אריינקומענדיג דא אין קרעטשמע זע איך אז קיינער פארלעצט נישט דעם געזעץ פון רייכערן אין פובליק, אבער עס איז אלעמאל דא פלאץ אויס צושמועסן דעם ענין.

אדרבה טייערע ליינער איך ליידן אייך איין אנצופאנגען א דעבאטע איבער דעם נושא.





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2005 02:10 לינק ישיר 

לדעתי העני' געבעסט אויף שטודיעס פון דאקטוירים, איז ציגרעטליך א זאך וואס די באדי קען פארנעמן, אזוי האט גאט אונז באשאפן, איצט יעדע באדי קען פארנעמן אסאך זאכן, למשל סטעק, פארשטייט זיך אליין אז א מענטש וועט זיך איבערעסן מיט סטעק דאן איז ער אין א סכנה, די זעלבע סיסטעם איז ציגרעטליך, נאר היות ציגרעטליך האט א ניקאטין וואס ציט ווייטער צו רייכערן, ממילא איז שווער אז א מענטש זאל האבן א נארמאלער סיסטעם, אז ער רייכערט נאר כך וכך א טאג, למשל פינף, וואס אויף דעם איז דא א שטודיע נאך אויף היינטיגע צייטן, וואס די לופט איז פול מיט פאלושן, אז סי פעלט זיך אויס פאר די באדי סיסטעם, סאו ממילא שרייען זיי אלע אז די ערשטע ציגרעטל איז סם המות, וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2005 02:22 לינק ישיר 


למעשה ביסטו מודה אז עס איז א פראבלעם,

איך האב געהאט א שטארקע מלחמה מיט מיר אליינס (און -ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין- מיין ווייב) און שוין זעקס יאר צו גוטן וואס איך האב נישט אריינגענומען אין מויל קיין ציגאר.

איך קען אייך זאגן איין זאך, ווי גוט איך האב מיך געשפירט נאכן רייכערן, פיל איך יעצט אסאך בעסער.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2005 02:26 לינק ישיר 

מצורף קובץ

כיטוב03;

דו ביסט אפשר א נביא? א תופס מחשבות? פונקט היינט האב איך געוואלט גרינדן אן אשכול וואס זאל דעבאטירן אט דעם נושא פון רייכערן.

די איינציגע סיבה פארוואס איך האב זיך צוריקגעהאלטן פון דאס טאן איז: ווייל מיר פארמאגן דא צווישן די ליינער עטליכע שווערע רויכערער, און איך האב זיי נישט געוואלט קריכן אויף די הינער אויג (אויב דאס איז נאכנישט אוועק ביי זיי מיטן רויך).

אבער אז איר ברענגט דאס שוין אויף, וויל איך טאקע ארויסברענגן מיין עקל און אפשיי פון רויכערער... אנטשולדיגט מיר, איך האב גארנישט קעגן אייך פערזענליך, אבער די רויך וואס קומט ארויס פון אייער ציגארעטל און די גערוך דערפון, זיי הרג'נען מיר (אויסער וואס זיי ממית'ן אייער געזונט, און דאס פון אייער ווייב און קינדער).

דא האט איר איין זייט פון די דעבאטע. יעצט לאמיר הערן וואס איר האט צו זאגען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/11/2005 02:42 לינק ישיר 

קרעמער, איך בין מיט דיר. רויכערען איז ביי מיר א גרויל.
ביי אונז אין אפיס ארבעט א נישט אידישע פרוי און זי רייכערט, זי ווייסט אז זי וויל צו מיר אריין קומען מיז זי ערשט פארלעשען דעם קוימען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2005 02:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יישר כח נאטורליך;

כאטשיג האב איך איינעם אויף מיין זייט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/11/2005 02:53 לינק ישיר 

קרעמער איך בין אלל דע וועי מיט דיר,
איך עקיל מיך זייער פין איינעם וואס רייכערט, אויף אזוי ווייט.... איינער וואס רייכערט געב איך נישט קיין היטש מיט מיין קאר, אין דאס מיין איך וועט איר אלע מודה זיין צו מיר, אז דאס ערגסטע איז אין די פאבליק טולעטס, וואס דארט איז עס ממש נישט אויס צי האלטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2005 03:01 לינק ישיר 

די בארירסט א פוינט, אין די פובליק טוילעטס איז עס ממש שרעקליך, ווער רעדט נאך אין טוילעט פון מקוה, איך בין נישט אנגעטאן בשמונה בגדים, און מיין שכן לאזט זיך וואויל גיין אויף מיין חשבון, אזש נאכן נעמען א שויער דארף איך איבערנעמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2005 03:29 לינק ישיר 

חברה איין זאך האט איר שוין זיכער אויפגעטוהן, וועלנדיג שרייבן די תגובה האב איך פארלאשן דעם ציגרעטל ביי האלב.

אז פארברענגן האט שוין דערמאנט א היטש, וויל איך אייך עפעס פרעגן, איך פיר זיך צו געבן אסאך היטשעס, דאס איז איינע פון מיינע מצות, סאו מיין שאלה איז ווען איך האלט אינמיטן מיין ציגרעטל, איך מיין צו זאגן צופרי די צווייטע, און ביינאכט די פינפטע, און איך וויל געבן א היטש, בין איך מחויב אויסצולעשן דעם ציגרעטל, אדער בעסער נישט געבן קיין היטש.

אסאך מאל גייט עס מיר ממש אויף די נערוון, ווען איך זעה א איד וואס שטייט אויף א היטש און איך בין איהם חושד אז ער וועט מיר פארהאלטן פארוואס איך רייכער, יעמאלט געב איך איהם דוקא יא א היטש, און איך וויל איהם מסביר זיין מיין אויבנדערמאנטע הסבר, אבער ליידער לא איסתייע מילתא, קיינער האט מיר נאך נישט געזאגט קיין ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2005 14:57 לינק ישיר 

איך האב אמאהל געדאווענט אין א שול וואס עטליכע האבען זיך אפגערעדט אז די רייכענען שטערט זיי און מ'זאל מאכען א באזונדערע צימער פאר דעם

האט די רב געענפערט אז א געזונטע מענטש שטערט איהם נישט די רויעך, איז וועם יא? די קראנקע, נו זאל מען מאכען א צימער פאר אלע קראנקע און די געזונטע זאלען בלייבען אין ביהמ"ד...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/11/2005 18:50 לינק ישיר 

נאך פאר איך האב געהאט צייט אפצוליינען די אשכול האט מיר די דראנג פאר א ציגארעטל אנגעפאנגען אזוי שטארק נאגן אז יך עס איבער געלאזט אינדערמיט און...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2005 18:53 לינק ישיר 

פויער שרייבט:

ביי אונז אין קאזאנסטינטאוו האט דער טאטע פארויכערט שטענדיג א ציגאר און די מאמע האט דאס נישט געגליכן.

אזוי האט מען זיך אויף יעדע זאך געאמפערט...

{איבערגעשריבן צוליב א בילד וואס איז געווען אנטקעגן די תקנות הפורום, מיט אנטשולדיגונג, און גרויס האפענונג פאר איינזעעניש. יישר כח}



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2005 19:57 לינק ישיר 

איך בין גראדע יא א רויכערער און איך פלאן כלל נישט אויפצוהערן!
ס'נישט אזוי געפערלעך ווי מ'מאכט דאס, איך זאג נישט, איך ווייס אויך ס'נישט עפעס דאס געזונטסטע זאך, אבער ס'נישט אזוי געפערלעך.
די פראפעגאנדע וואס מ'מאכט דערקעגן, די נאכאנאדיגע רעקלאמעס דערקעגן, וואס מען זעט כסדר, דאס איז א גרויס חלק פארוואס רוב מענטשן זענען דערקעגן.

אפשר קענט איר מיר זאגן וויפיל מענטשן איר קענט וואס זענען נישט געזונט נאר צוליב די סיבה פון רויכערן?
און יא... אהא... די וואס זיי שטייען נעבן רויכערער איז נאך סאך ערגער.
פון ווי ווייסטע?
ס'הייסט פון ווי? ווייל רוב מתים האבן דאך נישט גערייכערט... אלא מאי מיז מען זאגן זענען געשטאנען נעבן רויכערער.

יא, אז דער ריח שטערט פאר מענטשן, דאס פארשטיי איך. איך רייכער טאקע נישט אויף א פלאץ ווי ס'קען איינעם שטערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2005 20:30 לינק ישיר 


איך בין אויך א סמאקער.
איך רייכער נישט אינדערהיים, און בין זיך משתדל נישט צו רויכערן נעבן מיין רעבצען.

די אלע דאקטורים און פראפעסער'ס וואס שרייען מ'זאל נישט רייכערען, זיי אליין'ס רייכערען אויך.

אמאל פלעג איך רייכערען 2-3 פעקלעך א טאג, היינטיגע צייטן שוין ווייניגער, ווענדט זיך ווי בארד איך בין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/11/2005 20:49 לינק ישיר 

אזוי ווי קרעמער האט נישט געוואלט זיין דער ערשטער וואס איז קעגן ציגרעטלך האב איך נישט געוואלט זיין די ערשטער וואס נעמט זיך אן פאר ציגרעטלך

געלויבט איז דער וואס האט אויסגעטראפן די זאך ציגרעטלך

א געווענליכע טאג רייכער איך 10-15 ציגרעטלך א טאג וואס די קרעטשמע איז ליידיג רייכער איך 15-20 ציגרעטלך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2005 20:54 לינק ישיר 

אין קרית יואל איז אמאל געווען א איד וואס איז געווען זייער שטארק אקעגן ציגרעטליך איך בין נייגעריג אויב ער האט דא א ניק



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > די שעדליכקייט פון רויכערן!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext