יעצט וועל איך פרובירן מסביר זיין דעם 'אבי' עד שר שלום.
עס האט אויסגעקוקט פון דיין תגובה אז דו רעדסט פון קנאה... יא, דו וואלסט געוואלט אז דער מלך זאל אפשטאטן א באזוך אויך אין דיין דיינ'ישער רעזידענץ. דעריבער - אנשטאט אנרופן דעם קעניג און אים לאדענען אדער באשטעלן אן אוידענץ ביי אים אין פאלאץ - האסטו פרובירט מיר אטאקירן דורך אויפברענגן אז איך 'לויף' (ראן) שוין נישט די קרעטשמע...
און איך פיר זיך אז ווען איינער באליידיגט מיר... מאך איך אים אוועק... דאסמאל האב איך געלאזט מיין קליינטשיגן טאן דעם דזשאב אנשטאט מיר
נשלח ב-15/11/2005 23:02
איך בין נאך נישט זיכער אז דער ערשטער בילד וואס האט לכאורה געזאלט מאכן דעם דזשאב איז דיין קליינטשיגער איך האב מורא אז דאס ביסטו אליין...
ווייל מיט דיינע פיקטשער געפאוסטאכטס קוקסטע אויס ווי דער שנה ראשונה אינגערמאן וואס איז געוואויר געווארן דעם סוד העי..
---
יעצט צו דעם אבי עד[ארויסגענומען צוליב וואס גרעניצט זיך אפשר מיט פוליטיק וואס איז קייגן תקנות הפורום]
איך האב דיך אטאקירט ח"ו, איך האב נאר אויפמערקזאם געמאכט אז ער איז לכאורה נישט געווען ביים ריכטיגן אדרעס ווייל דו ביסט מער נישט דער מנהל על כל פנים לפנים...
נשלח ב-15/11/2005 23:04
ריכטער פעפפער
בארוהיגט אייך.... ער איז בכלל נישט דער קעניג....
נשלח ב-15/11/2005 23:26
זרח;
יעצט האסטו מיר אבער יא אטאקירט...
איך האב ביז יעצט געמיינט אז דער עולם גלייכט מיינע בילדער אלבום'ס.
אפשר זאל איך עפענען א באזונדער אשכול מיט דעם אנפראגע: דער עולם גלייכט מיינע בילדער, אדער נישט?
נשלח ב-16/11/2005 01:31
הבהרה על ידי - זרעכפעפער - 18:27:58 15/11/2005
אויב דער באליבטער 'קרעמער' זאל לעבן האט זיך געשפירט אטאקירט ח"ו פון מיין לעצטע טעגיווע, וויל איך דא קלאר שטעלן, אז איך האב כאס וועכאלילע נישט דאס געמיינט.