כעלעמער קרעמער....
פֿאַר פּסח צײַט איז אַ כעלעמער קפּצן געגאַנגען צום כעלעמער קרעמער נאָך קרעדיט, עס זאָל אים סטײַען פֿאַר יום-טובֿ. אָבער דער קרעמער האָט אים אָפּגעזאָגט. זאָגט אים דער קפּצן "װאָס פֿאַר אַ פֿאַרדרײַטע װעלט עס איז. די רײַכע האָבן אַ באַרג מיט געלט און קענען באַקומען אַלץ אױף קרעדיט. אָבער די אָרעמעלײַט, די קפּצנים, מוזן פֿאַר אַלץ באַצאָלן באַלד אױפֿן אָרט. ס'װאָלט באַדאַרפֿט זײַן פֿאַרקערט. די רײַכע האָבן געלט דאַרפֿן זײַ באַצאָלן און די אָרעמע דאַרף מען שענקען אױף קרעדיט." ענטפֿערט דער קרעמער. "אױב איך װעל געבן די אָרעמע אױף קרעדיט, װעל איך אַלײַן בדלות, אַ קפּצן װערן." זאָגט דער אָרעמאַן "נו, װאָלסטו דעמאָלט אױך געקענט קױפֿן אױף קרעדיט!"
http://home.iprimus.com.au/kadimah/gvardieapril03jokes.htm
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
|
|