די וואך וועלן מיר אביסל אדורכטאן דעם דולה ומשקה מתורתו של רבו לאחרים (יומא כ"ח ע"ב), דעם זקן ויושב בישיבה (שם), דעם עבדו זקן ביתו המושל בכל אשר לו (בראשית כ"ד, ב') שמושל בתורת רבו (יומא שם) שהיה שליט ביצרו כמותו (בראשית רבה פרשה נ"ט סי' ח') שהיה זיו איקונין שלו דומה לו (שם), דאס איז דאך דער באקאנטער קנעכט אליעזר עבד אברהם:
1. ווער איז געווען אליעזר'ס טאטע?
2. איז ער געבליבן אן אייביגער קנעכט ביי אברהם?
3. וויאזוי איז צוגעגאנגען זיין פטירה?
א גוטע וואך!!
נשלח ב-20/11/2005 23:13
הרב קרעמער, די שאלות פון די וואך זענען אויך גאר קאמפלאצירט ווי פאריגע וואך,
און איך מיין טאקע אז איר זאלט ארויסלייגן א סעט פון נייע שאלות.
אבער וויבאלד די שאלות זענען שוין געווען ארויסגעלייגט וועל איך פרובירן זיי צו ענטפערן
1. ווער איז געווען אליעזר'ס טאטע?
לויט ווי עס שטייט פון איינע פון די מפרשים (איך געדענק שוין נישט וועלכע, איך מיין מדרש רבה) איז ער געווען די זון פון חם, "נח'ס זון" כנען'ס א ברודער !!!"שיינע משפחה"!!!
און פרקי דרבי אליעזר שטייט אז אליעזר איז געווען גאר "עוג מלך הבשן" וואס לויט דעם קומט אויס אז ער איז געשטארבן דורך משה רבינו ווען ער האט ארויפגעווארפן אויף אים די בארג,
אבער און מסכת סופרים שטייט אז אליעזר איז געווען פון די 9 מענטשן וואס זענען אריין לעבעדיג אין גן עדן, וועגן דעם זאגן די מפרשים אז ער איז נישט די עוג מלך הבשן וואס שטייט אין די תורה, נאר אלע מלכים פון בשן האבן געהייסן "עוג", ( אזוי ווי אלע מלכים פון מצרים האבן געהייסן "פרעה",) און ער איז געווען א צווייטער עוג מלך הבשן ( א צדיק ).
און ער איז אריין לעבעדיג אין גן עדן צוליב א ברכה וואס ער האט באקומען פון יצחק אבינו,
3. זייער גוט! הגם משה האט נישט געווארפן קיין בארג אויף עוג מלך הבשן, נאר עוג האט אליינס ארויפגעלייגט די בארג אויף זיין קאפ און בדרך נס איז עס ארויפגעפאלן אויף זיין קאפ (כמבואר בברכות נ"ד ע"ב).
דאס וואס דו שרייבסט וועגן צוויי 'עוג' מלך הבשן'ס, זעה אין דעת זקנים לבעלי התוספות.
נשלח ב-21/11/2005 18:33
לויט ווי איך געדענקט איז אליעזר געווען א זון פון נמרוד!! נאך די קאלעך-אויווען פרשה האט מען אים געגעבן מתנות און נמרוד האט געגעבן זיין זון
נשלח ב-21/11/2005 18:38
אור חדש;
זייער גוט!
אזוי שטייט אויף איין פלאץ אין סדר הדורות (בשנת ב' אלפים פ"ח, בשם המדרש [ילמדנו?] חיי שרה סי' ק"ט).
אנדערע זאגען אבער אז ער איז געווען נאר א קנעכט פון נמרוד (זעה סדר הדורות שנת א'תתקצ"ח בשם ספר הישר).
עס זענען אויך דא נאך שיטות איבער זיין אפשטאם.
נשלח ב-21/11/2005 18:40
יאפס, אזוי האב איך היינט געזעהן אין ילקוט סיפורים, אז נמרוד האט איהם געגעבן אליעזר פאר א קנעכט, אבער איך בין נישט זיכער אז ער איז געווען זיין זוהן, דאכצאך אז ער איז געווען זיין קנעכט.
נשלח ב-21/11/2005 18:46
לויט דעם קומט אויס ווען די מלכים האבן געפאנגן לוט האט אליעזר זיך געשלאגן מיט זיין טאטע אדער הער
נשלח ב-22/11/2005 03:06
איך האב אויך געטראפן עטליכע דיעות וואסערע שייכות אליעזר האט מיט נמרוד,
דער תרגום יונתן פר לך (יד, יד) שרייבט אז אליעזר איז געווען דער זוהן פון נמרוד
און אזוי שטייט אויך אין ילקוט שמעוני פר' חיי (רמז ק"ט), אויך שטייט דארט אז דערפאר איז ער אריין לעבעדיג אין גן עדן ווייל ער איז נחשד געווארן בחנם.
ווידער דער חזקוני פר לך (טו, ב) שרייבט אז ער איז געווען אן אייניקל פון נמרוד.
און אין פרקי דרבי אליעזר (פט"ז) שטייט אז ער איז געווען א עבד פון נמרוד וואס ער האט איהם געגעבן במתנה ווען ער איז ארויס פון אור כשדים.
נשלח ב-22/11/2005 03:09
יישר כח בן הרחמן.
יעצט כאפ איז אז די ראשי תיבות פון מ"י מאכט גאר מדרש ילקוט, און נישט ווי איך האב אויבן געמיינט מדרש ילמדנו.
נשלח ב-22/11/2005 19:41
לחיבת הקודש וועל איך דא מעתיק זיין א לשון פון מסכת סופרים (פכ"א אות ט') בנוגע אליעזר אז ער איז געווען עוג, ווי אויך זעהט מען דא אז אברהם אבינו ע"ה איז נאך געווען גרעסער פון איהם,
וז"ל:
האדם הגדול בענקים (הגדול היה אברהם אבינו גבוה יותר מענק) בענקים זה אברהם אבינו, שהיה גבוה קומתו כנגד שבעים וארבעה אנשים ואכילתו ושתייתו כך היה כנגד שבעים וארבעה אנשים וכוחו כן, מה עשה נטל שבעה עשר בני קטורה ובנה להן כרך של ברזל והכניסן לתוכה והשמש מעולם לא נכנס בתוכה מפני שהיא גבוה הרבה ומסר להן דיסקרין של אבנים טובות ומרגליות ומשתמשין לעתיד לבא כשעתיד הקב"ה להחפיר חמה ולבנה כמה דכתיב (ישעיה כד) וחפרה הלבנה ובושה החמה שמהן עתידין לשמש. עוג הוא אליעזר ופרסות רגליו אברהם אבינו היה טומנו בכף ידו, ופעם אחת גער בו ומיראתו נפל ממנו שינו ונטלו אברהם אבינו ועשאו מטות שהן של שן והיה ישן שם ויש אומרים כסא עשאו וישב בו כל ימיו, ומי נתנו לאברהם נמרוד, והלך עוג ובנה ששים עיירות והקטן שבהן היה גובהן ששים מיל שנאמר (דברים ג) ששים עיר כל חבל ארגוב ומה היה אכילתו אלף שורים וכן כל מין חיה ושתייתו אלף מידות וכו',
----
אויך האב איך געטראפן אין מדרש תלפיות ערך אליעזר בזה"ל: אליעזר עבד אברהם היה בן בנו של נמרוד כנראה במדרש ויצחק וכשיצחק נשא את רבקה אליעזר יצא לחפשי, וכו'
דערנאך ברענגט ער דארט די פרקי דר"א אז ער איז עוג, אויך די גמרא אז משה האט גע'הרג'עט עוג מיט זיין שטעקן , און ער פרעגט די קשיא אז אליעזר ווערט אויסגערעכנט צווישן די וואס זענען אריין לעבעדיג אין גן עדן, דאן וויאזוי קען זיין משה האט איהם גע'הרג'עט, און ער ענטפערט א אינטערעסאנטע תירוץ אזוי ווי די מקובלים זאגן ביי אסתר המלכה אז זי האט געשיקט עפעס א חלק הרע אזוי ווי א שד פון איהר מיט איהר געשטאלט און אויסזעהן אבער איהר חלק הטוב האט קיינמאהל נישט געוואוינט מיט אחשורוש, די זעלבע האט אליעזר געהאט א חלק הטוב מיט א חלק הרע און די חלק הרע איז געווארן און דאס האט משה גע'הרג'עט און די חלק הטוב איז אריין אין גן עדן לעבעדיג,
דערנאך ברענגט דער מדרש תלפיות בזה"ל: במדרש (פר' חיי שרה) משמע שאליעזר היה כנען בן חם ולפי ששרת לאברהם יצא מכלל ארור שנאמר בא ברוך ה', עכ"ל
זעהט אויס אז מיסטע 'איבריג' האט נישט גערעדט אינגאנצן 'איבריג'.
===========
אזוי ווי די וואך איז מען שוין זייער שנעל פארטיג געווארן מיט די שאלות פון אליעזר'ן (אפשר וועט נאך קרעמער טרעפן אויף יעדע זאך אפאר שיטות, אבער מער ווייניגער האט מען שוין די פיקטשער פאר די אויגן).
בנוגע די גוטע חלק און די שלעכטע חלק, דאס שטייט אין אלע קבלה ספרים (איך בין נישט עוסק דערין, אבער איך האב געמאכט א זוכעניש אויף תקליטור תורני).
וזה לשון ספר חסד לאברהם (מעין ה' נהר כ"ג): ודע כי אליעזר עבד אברהם היה תחילה נשמה קדושה שנתנה תוך קליפת כנען הארור, וכשנולד אליעזר יצאה אותה הנשמה מאותה הקליפה הארורה ונקרא ברוך עכ"ל.
וזה לשון ספר עץ חיים (שער מ"ט פרק ט'): ונקרא עבד ברוך שהוא אליעזר עבד אברהם שנכנס חי לגן עדן שנעשה מהטוב, אך עוג זה היה מהרע שבו והרגו משה עכ"ל.
ובזוהר הקדוש (ח"ג דף ק"ג ע"א) איתא בזה"ל: כתיב כנען בידו מאזני מרמה, דא אליעזר עבד אברהם, ותא חזי כתיב ארור כנען, ובגין דזכה כנען דא לשמשא לאברהם כיון דשמש לאברהם יתיב תחות צלא דמהימנותא זכה למיפק מההוא לטייא ולא עוד אלא דכתיב ביה ברכה דכתיב ויאמר בא ברוך ה' עכ"ל.
איז משמע פון זוהר הקדוש אז ער איז געווען כנען אליין, אבער אויף דף קנ"ח ע"א שטייט אנדערש וז"ל: אליעזר עבד אברהם מבני כנען הוה עכ"ל.
עס איז נאך דא אסאך מאריך צו זיין אין דעם, ואי"ה מוצאי שבת וועל איך שרייבן נאך עטליכע שיטות (איך זוך נאך א שיטה וואס ליגט מיר ערגעץ אין זכרון, אבער איך קען עס נישט געפונען לעת עתה, אמר ר' בנימין וכו').
נשלח ב-22/11/2005 21:17
קרעמער
עס ווענדט זיך אין נאך עפעס
נשלח ב-22/11/2005 23:02
בן הרחמן;
מיינסט דעם ספורנו?
נשלח ב-22/11/2005 23:39
קרעמער
איך ווייס נישט וועלכע ספורנו דו רעדסט, אבער לכאורה איז דאס נישט וואס איך מיין
נשלח ב-22/11/2005 23:52
בן הרחמן;
דער ספורנו שרייבט אז אברהם האט נאר געבוירן יצחק און להבדיל ישמעאל. אבער די אלע בני קטורה זענען נאר אויפגעצויגן געווארן ביי זיי אין שטוב.