בית פורומים היימישע קרעטשמע

~~~ שאלות אויף פרשת חיי שרה ~~~

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2005 00:55 לינק ישיר 

רש"י זאגט אויף קרית ארבע "ע"ש אחימן ששי ותלמי ואביהם"

וויאזוי האט געהייסן זייער טאטע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2005 01:14 לינק ישיר 

דער מוסף רש"י דא אויפן פלאץ (אין די המאור חומש) ברענגט א רש"י אין יהושע (י"ד, ט"ו), אז זייער טאטע האט געהייסן ארבע!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/11/2005 01:25 לינק ישיר 

בן הרחמן;

מיין קאפ דרייט זיך שוין, איך האב נישט געקענט דאווענען געהעריג מנחה-מעריב.

וויפיל קינדער האט הגר געהאט?

==

איך האב זיך מיישב געווען אז איך קען נישט שיקן אזא תגובה... האב איך געמאכט א זוכעניש, און דא האסטו די רעזולטאט!

אבן עזרא (תהלים פ"ג, ז') בפסוק אהלי אדום וישמעאלים מואב והגרים, וז"ל: והגרים. הם ההגריאים שילדה הגר מבעל אחר ובעבור שהיתה שפחת אברהם התיחסו הבנים אליה כדרך בנות ברזילי הגלעדי עכ"ל.

יישר כח בן הרחמן פארן געבן די געלעגנהייט נאכצוקוקען.

איז דא א פריערדיגע מקור דערויף?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/11/2005 01:40 לינק ישיר 

בן הרחמן; (איך מיין אז אין קורצן הייסטו בעני, מעג איך דיר רופן אזוי?)

א קשיא פאר א קשיא:

פארוואס האט זי געהייסן הגר?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/11/2005 02:51 לינק ישיר 

קרעמער;

א יישר כח פאר דיר פאר די ידיעה פונעם אבן עזרא,

אבער נאך אלץ נישט וואס איך האב געמיינט, (איך האף דו וועסט קענען דאווענען רוהיג שחרית מארגן אויב דו וועסט נאכנישט וויסן קיין תשובה )

דיין שאלה וועגן פשט אין הגר'ס נאמען וועל פרובירן נאכצוקוקען,

----

בנוגע 'בעני' איז אזוי אויב דו זאגסט בלשון חיבה 'בעני' דאן מהיכא תיתי, אבער אויב איך וועל זעהן אז דו רופסט מיך אזוי צו טשעפענען 'בעני' מיט אזא אונטערגעציפטע שמייכל אין די זייט דאן וועל איך דאס נישט טאלערירן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/11/2005 18:37 לינק ישיר 

איינער האט פריער גשריבן אז אליעזר איז געווען א ברודער פון כנען. דער שפתי חכמים פון היינטיגער חומש (רביעי) שרייבט אז ער איז געווען "מבני כנען"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2005 02:52 לינק ישיר 

איידער איך ענטפער אויף מיינע שאלות, וויל איך ענטפערן אויף די שאלה פון בן הרחמן;

עס ווענדט זיך אין די צוויי תירוצים פון תוספות בבא בתרא דף קמ"א ע"א, אויב די טאכטער "בכל" איז געווען פון הגר אדער נישט.

(איך האב דאס געפונען איידער איך האב אנגעהויבן זינגען "שלום עליכם" פרייטאגצונאכטס, ווען נישט וואלט איך מסתמא געהאט א צושטערטע שבת).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/11/2005 05:00 לינק ישיר 

תירוצים אויף די שאלות פון פרשת חיי שרה: צוזאמגענומען פון די תירוצים פון אונזערע חשוב'ע קאלעגע שרייבער ('איבריג', 'אור חדש', 'בן-הרחמן', 'חיימזאהן', און אנדערע), בתוספת נופך, ומראי מקומות והערות.

1. ווער איז געווען אליעזר'ס טאטע?


עס זענען פארהאן מערערע שיטות דערין:

חם בן נח; לויטן מדרש רבה (פ' חיי שרה פרשה נ"ט סי' ט'), און זוהר הק' (חלק ג' דף ק"ג ע"א) אז כנען זה אליעזר. עס ווערט צוגעברענגט אין דעת זקנים (בראשית כ"ד, ל"ט) וז"ל: אמרינן בבראשית רבה אליעזר בנו של חם היה. זעה אויך אין פירוש מהרז"ו (על מדרש רבה) שכתב וז"ל: ויתכן שהכוונה על כנען בן חם עצמו שחיה עדיין כו' שנתארר שיהיה עבד עבדים לאחיו, ויתכן שהיה עבד לכוש אחיו הבכור, וכוש הוא נמרוד כו' ונתן אותו נמרוד לאברהם כו' עכ"ל.

כנען בן חם; לויטן זוהר הק' (ח"ג דף קנ"ח ע"א) וואס שרייבט אליעזר עבד אברהם מבני כנען הוה, [אדער איז די כוונה דערפון "אן אייניקל" פון כנען, און נישט "א זוהן"].

כוש בן חם; לויטן מדרש רבה (פ' לך פרשה מ"ב סי' ד') אז כוש מיט נמרוד זענען איינס [און לויט די שיטות אז אליעזר איז געווען בן נמרוד, זעה ווייטער].

נמרוד בן כוש; לויטן תרגום יונתן (בראשית י"ד, י"ד) און ילקוט שמעוני (פ' חיי שרה רמז ק"ט) וואס שרייבן אליעזר בן נמרוד.

? בן נמרוד; לויטן חזקוני (בראשית ט"ו, ב') וואס שרייבט: דמשק אליעזר, בן בנו של נמרוד היה.

אחיה בר שמחזאי; לויטן פרקי דרבי אליעזר (פרק ט"ו) און מסכת סופרים (פרק כ"א הלכה ט') אז אליעזר איז עוג מלך הבשן, און די גמרא זאגט (נדה ס"א ע"א) אז סיחון ועוג בני אחיה בר שמחזאי הוו.

2. איז ער געבליבן אן אייביגער קנעכט ביי אברהם?


זעה אין בבא בתרא (נ"ח ע"א) אז אליעזר עבד אברהם באדינט נאך יעצט זיין האר אברהם אין מערת המכפילה, אבער מיר געפונען אויף עטליכע פלעצער אז ער איז באפרייט געווארן פון זיין קנעכטשאפט:

עס שטייט אין פרקי דרבי אליעזר (פרק ט"ז) וכשגמל חסד עם יצחק בנו הוציאו לחירות עכ"ל, (עס ווערט אויך געברענגט אין ילקוט שמעוני פ' חיי רמז ק"ט), לויט דעם קומט אויס אז אליעזר איז באפרייט געווארן נאכדעם וואס ער האט געברענגט רבקה פאר יצחק'ן. אבער אנדערע זאגען אז אברהם האט שוין באפרייט אליעזר'ן איידער ער איז געגאנגען ברענגן רבקה'ן, ווייל אלס עבד וואלט ער נישט געקענט זיין קיין שליח מקדש צו זיין רבקה.

אין מסכת סופרים (פרק כ"א הלכה ט') שטייט: עוג הוא אליעזר ופרסות רגליו [של, (גירסת הגר"א)] אברהם אבינו היה טומנו בכף ידו ופעם אחת גער בו ומיראתו נפל ממנו שינו כו' עכ"ל, (אזוי שטייט אויך אין ילקוט שמעוני סוף פ' חקת רמז תשס"ה), קומט דאך אויס אז אליעזר איז דורכדעם ארויס פריי, ווייל די הלכה איז אז אויב א הער מאכט אז די ציין פונעם קנעכט זאל ארויספאלן, גייט דער קנעכט ארויס לחירות! (ועי' כסף נבחר פ' בלק מזה).

3. וויאזוי איז צוגעגאנגען זיין פטירה?


עס שטייט אין מס' דרך ארץ זוטא (פרק ראשון) אז ניין מענטשן זענען אריין לעבעדיגערהייט אין גן עדן: חנוך בן ירד, אליהו, משיח, אליעזר עבד אברהם, חירם מלך צור, עבד מלך הכושי, יעבץ בנו של ר' יהודה הנשיא, בתיה בת פרעה, סרח בת אשר, ויש אומרים אף ר' יהושע בן לוי ע"כ.

די סיבה פארוואס ער האט זוכה געווען דערצו ווערט געברענגט אין ילקוט שמעוני (פ' חיי רמז ק"ט) וז"ל: ותפול מעל הגמל, לפי שראתה ברוח הקדש שעתיד לצאת ממנו עשו הרשע נזדעזעה ונעשית מוכת עץ ויצא ממנה דם בתולים כו', בא יצחק עליה ולא מצא לה בתולים חשדה מאליעזר כו' הלכו ומצאו העץ צבוע דם, מיד ידע יצחק שהיא טהורה, אמר הקב"ה מה אעשה לעבד הזה שהיה חשוד, אמר למלאכי השרת הכניסוהו חי בגן עדן כו' ואליעזר נכנס לגן עדן חי עכ"ל, (דער דעת זקנים ברענגט אביסל אנדערש די מעשה).

די גמרא דערציילט (בבא בתרא נ"ח ע"א) אז רבי בנאה איז אנגעקומען צו די הייל וואו אברהם אבינו ליגט, האט ער געזען אז אליעזר עבד אברהם שטייט ביי די טיהר, זאגט דער רשב"ם אז דאס שטימט מיטן אויבנדערמאנטן מאמר חז"ל אז אליעזר איז געבליבן לעבן אויף אייביג, און ער שטייט און היט אויף אברהם אבינו (אינטערסאנט: דער רשב"ם שרייבט דארט זיבן צדיקים זענען נישט געשטארבן, בעת אין מס' דרך ארץ שטייט ניין).

אבער לויט ווי עס שטייט אין פרקי דרבי אליעזר (פרק ט"ז) אז אליעזר עבד אברהם איז גאר געווארן עוג מלך הבשן, וז"ל: ונתן לו הקב"ה שכרו בעולם הזה בשביל שלא יהא שכר לרשעים בעולם הבא, והקימו למלך, והוא עוג מלך הבשן עכ"ל, איז ער גאר גע'הרג'ט געווארן דורך משה רבינו אליין!

דער דעת זקנים (בראשית כ"ד, ל"ט) פרעגט טאקע די סתירה צווישן פרקי דרבי אליעזר און מס' דרך ארץ, און ער ענטפערט: וצריך לומר ששני עוג מלך הבשן היו, אחד רשע שהרגו משה, ואחד שהיה עבד אברהם והיה צדיק ומלך, וכשמלך נקרא שמו עוג, כי כל מלכי הבשן נקראים עוג, כמו שמצינו בכל מלכי מצרים שנקראין פרעה עכ"ל.

דער עץ חיים (שער מ"ט פרק ט') און דער מדרש תלפיות שרייבן אז דער חלק הרע איז געווען עוג וואס איז גע'הרג'ט געווארן דורך משה, און דער חלק הטוב איז געווען אליעזר וואס איז אריין לעבעדיג אין גן עדן. דער יערות דבש (חלק ראשון דרוש ב') שרייבט אבער אז אליעזר עבד אברהם איז טאקע גע'הרג'ט געווארן דורך משה רבינו!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/11/2005 05:23 לינק ישיר 

נאך א מזל דו האסט געטראפן די תירוץ, ווייל פרייטאג נאכמיטאג ווען איך האב דיך געזעהן האסטו נאך אויסגעזעהן היבש פאר'דאגה'ט און אנגעצויגן, ב"ה אז ביי קידוש איז שוין געווען רוהיג ,

אגב די תירוץ אויף דיין שאלה וועגן די פשט פון די נאמען 'הגר', איז, אין מד"ר (איך האב נישט יעצט קיין געדולד אויפצוזוכן פונקטליך וועלכע פרשה) שטייט אז פרעה ווען ער האט געגעבן די שפחה פאר שרה האט ער געזאגט 'הא אגרך' וועגן דעם האט זי געהייסן הגר, (אבער די שאלה קומט באמת אין פר' לך ווייל דארט שטייט אין פסוק ושמה הגר און איך מיין אז מדרש איז דארטן).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ~~~ שאלות אויף פרשת חיי שרה ~~~
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.