| נשלח ב-22/11/2005 02:21 |
|
| |
מיינע פראבלעמען מיטן נייעם דיין סאכדעס
ווי איר אלע ווייסט שוין מן הסתמא פון לאנג, האב איך זיך נישט לאנג צוריק מגייר געווען... איך האב אנגענומען אייער לעבנ'ס שטייגער הגם עס איז מיר בכלל נישט גרינג אנגעקומען איבערצולאזן מיין האב און גוטס, גוטער און גערטנער און וואס נישט, אלעס האב איך איבערגעלאזט אויף הפקר, און זיך אריינגעזעצט אין שטובל ביים ווינקל פון דארף, זיך צוגעזעצט צו די חק שיעורים פון ר' נחמן נטע, געכאפט א חסידישע ווארימע שמועס מיט ר' חיים חייקל'ן, צוגעטרינקן אביסל יין שרף, און געמאכט א פארברענגן און צוגעביסן אביסל סושי.
מיינע שאלות, פארשטייט זיך, האב איך אנגעפרעגט ביים חשוב'ן דיין, דאס איז דאך דער באקאנטער ערעב זארעכפעפער שליט"א, און ער פלעגט מיר פסק'ענען לויט ווי ער האט פארשטאנען, און פארשטייט זיך אז ער פלעגט מיר שטענדיג צוגעבן א דבר חיזוק אין די זייט, אשריך אז דו האסט זיך מדבק געווען צו אונזער וועג אין לעבן, עס איז נישטא קיין בעסער זאך ווי דאס און אזוי ווייטער.
לעצטנס האט זיך דאס גאנצע בילד געטוישט, א נייער דיין איז געווארן אויפגענומען, ער פירט זיך אויף צו מיר ככל חומר הדין, ער פסק'נט מיר אייביג ווי די הארבסטע שיטה, און מוסר'ט מיר אייביג אויס פארוואס דאס און פארוואס יענץ, איך האלט עס שוין נישט אויס פון אים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 02:31 |
|
| |
איך וואלט געוואלט שרייבן דוגמאות פון זאכען וואס איך האב געטאן, וואס ער האט מיר אויסגע'מוסר'ט דערויף, אבער איך מיין אז עס איז צו גראפיש.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 02:50 |
|
| |
שלו' וברכה יעלה ויבוא אל מעלת כבוד הגר צדק
גראף שליט"א
אחדשה"ט באה"ר, הגם געווענדליך שרייב איך מיינע בריוו אין לשוה"ק אדער אין היברו, אבער היות יאך ווייס אז איר קאנט דאס נאך נישט ליינען, וועל איך זיך צון אייך אראפלאזן אין שרייבן אין בשפה המדוברת בינינו, (אין די שפראך וואס מ'רעדט צווישן אונז), וואס דאס איז אידיש.
היות איר האט זיך גענומען איבער מיר דא ברבים, וואס באמת אריין העטסטו ווען געזאלט דאס דורכשמועסן צווישן פיר אויגן, און אויב דו שעמסט זיך האסטו עכ"פ געזאלט דאס פארציילן פאר די באהערדע, די פון וועלכע יאך באקום מיינע וועכענטליכע באצאלונגען, און זיי העטן דאס מיר ווען איבער געגעבן, אדער גאר האסטו דאס געדארפט זאגן פאר דעם ערשטן דאיען ערעב זארעכ (פעפער), ער וואלט דאס בדרכי נועם מיר דאס איבערגעזאגט.
און איצט צום ענין, יאך פארשטיי אז דו ברויכסט נאך חיזוק, אבער וואס זאל איך טוהן, איר האט פארגעסן וואס מ'האט אייך געזאגט פאר איר האט זיך מגייר געווען -יאך ווייס נאך אלץ נישט וואו איר האט זיך מגייר געווען, קאן זיין אז מ'האט דאס אייך נישט פארציילט-, אז די אידן זענען סחופים ודווים, דאס באדייט אז אידן אין אלע דורות זענען פארמיאוס'ט און פארפלאגט.
און היות יאך פארשטיי אז איר האט דאס נישט פארשטאנען וואו עס ברויך צו זיין, מילא האב איך זיך בארעכנט אייך אביסל מרחק צו זיין, איר זאלט כאטשע אויף אזויפיל וואוסען אז סיז נישט לייכט צו זיין א איד, סיז שוין ליידער פארגעקומען אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט גיורים, וואס רח"ל איז נאר פארגעקומען צוליב ענינים וואס יאך וויל נישט ארויפברענגן דא אויפן פאפיר, אלזא פון די אלע טעמים, און מחמת נאך געוויסע טעמים הכמוסים, פיר איך זיך אזוי צון אייך אויף, אבער אז יאך וועל זעהן אז איר מיינט דאס ערענסט, אדרבא ואדרבא וועל איך אייך מקרב זיין מיט אלע סארט קירבות וואס איז נאר שייך.
און איך האף אז מיט דעם האב איך יוצא געוועזען דעם והייתם נקיים, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.
החותם מתוך צער ובתקוה
הק' סאכדעס
חונה פה עיה"ק קרעטשמע והגלילות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 02:55 |
|
| |
סאכדעס, איך ליין אפילו נישט דיין בריוו, איך האב גרויס פאראיבל אויף דיר, ממש עס איבלט מיר צו ליינען דיינע רייד, איך זוך חיזוק קומסטו מיר טשעפען נאך מער, אין דיין גמרא שטייט נישט אז מען טאר נישט טשעפן א גר ביז צען דורות?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 03:04 |
|
| |
אה הרב גראף פון וואנעט ווייסטו אז איך וויל דיר טשעפען אין מיין מכתב, אדרבה קאנסט דיך נאכפרעגן ביי ערעב זארעכ און ביי יענטאשען אז יאך בין זייער אן אנעסט מענטש, סאו פאר דיין טובה וועגן קוק איבער די תוגבה, איך האף אז דו ליידסט נישט אויף ליינען, און ס'וועט בקרוב קומען גוטע צייטן.
חזק ואמץ

|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 03:11 |
|
| |
סאכדעס!!!!!!!......
כ'האב דאך שוין צו דיר גערעדט איינמאל דערוועגן, צו וואס ברויך דאס נאכאמאל פאסירן??.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 03:13 |
|
| |
טייערע ראש הקהל
יישר כח נאכאמאל
פאר זיך אננעמען
פאר מיין נאמען
דער דיין לעבן
טוט מיר צרות געבן
דרייט מיר א קאפ
זיין מויל פארשטאפ
יעצט גיי איך מיר
לערנען א שיעור
אלף בינה אביסל
א גוטע נאכט ראש הקהל
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 03:13 |
|
| |
הויכגעשעצטער ראשהקהל א לינק ביטע
אדער גיב מיר אין אישית דיין גוגל
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 03:17 |
|
| |
איך פארשטיי נישט!
איך האב געמיינט, ביז היינט, אז א גראף קען אלע שפראכן און איז באהאווענט אינעם בייבל און אין תלמוד, און דא פלוצים ווער איך געוואויר אז ער קען קוים אלף בינה?
נו, וויאזוי האט ער געקענט פירן די וויכוחים מיט די יידישע געלערנטע?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 03:18 |
|
| |
סאכדעס;
לינק, גוגל, שמוגל,
איך גיס דיר באלד אן מיט האגל,
אין די צייט וואס דער גראף דער גר לערנען גייט,
בלייבסטו דער דיין דא שטיפן די צייט?
טו מיך נישט דערצערענען,
איך גיי אויך יעצט לערנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 05:53 |
|
| |
זארעכפעפער, דו מישסט אויס דעם גראף מיטן פויפסט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 09:56 |
|
| |
יא דער גראף איז גערעכט!
דער דיין פסק'ט אים סתם אזוי להחמיר ער מאכט אים טריפה די עוף, און הייסט אים זיך וואשן צו מזונות, ער דערגייט אים די יארן פאר גארנישט, בלויז ווייל ער איז געווארן א איד גאנץ גרינג...
גראף !!
ווער צוריק א גוי !
און פטור אן עסק !!!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 23:23 |
|
| |
הא הא, ער קען נישט אזוי גרינג צוריק ווערן א איד דער דיין דארף אים נאך האלטן ביים צוריקגעבן דעם שטיקל
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 23:26 |
|
| |
לחיים;
איך זעה אז יעצט האסטו שוין יא אידיש... זיי מוחל שרייב אריין די ווערטל אינעם אנדערן אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:20 |
|
| |
היי גישמאקער
סיז ממש גישמאק דיר צו האבן ביין אונז אין קרעטשמע, דו ווייסט אליין נישט וואסארא מיצווע דו האסט געטוהן.
און איצט וועל איך דיר מאסביר זיין וואס דא גייט פאר.
שוין א גאנצע וואך וואס יאך דריי זיך ארום צוטראגן און פארוויינט אויף מיין אומגליקליכע גורל, וואס איז מיר אריינגעפאלן צו ענפערן שאלעס פאר דעם גראף, ליידער וויל ער נאך בלייבן גויאיש, און ער אזוי ווי אייסאוו קומט פרעגן אייח מעאסרין עס האטעווען, ער מאכט זיך ווי א פרומער וכו' וכו', סיהאט מיר זייער וויי געטוהן, אבער וואס זאל יאך טוהן.
אכרוין האקאביר, דער גראף האט זיך אויפגעהויבן זיין שטומע און ליידער אנגעהויבן מיט א געפערליכע האשמאצע בעראבים איבער מיר, דאן אזוי ווי יעדערער האט געקענט הערן, האבע איך פרובירט זיך צו בעטן צו איהם ווי צו א גאזלען, יאך האבע נישט געוואלט פארציילן אלעס בעראבים, יאך האב זיך פארגעשטעלט אז ביים טיש פון די מאכאעת אקייגן אבלעס וועט בעבאדעי פארקומען א גרויסע דעמאנסטראציע, און וואו פארשטייט זיך מיטן ראש הקהל בראש, אבער וואו וואס ווען סיז שטיל אזוי ווי גארנישט וואלט פאסירט, און נישט נאר דאס דער רויהאכאהעל האט זיך נאך צוגעשטעלט צום גראף, יאך קאן נישט פארשטיין די סעווארע פון דעם, ער האט זיך דאך נאך פאר נישט לאנג, געפירט די מאראחע קייגן עמען, אבער נו וואס זאל איך טוהן, יאך בין שוין נישט אינג.
אני קעשעלעצמי האב נישט געוואלט רעדן קיין ווארט, יאך האב מורא געהאט אז די מאכאעס וועלן גאר גיין איבער מיר, מ'וועט זאגן קאוועד אצמוי הי דוירעש וכו' וכו', אלע סארט דריידליך, מ'עט מיר נאך באלד פארהערן וואס איך קען, און דאן בין איך אויף צארעס, און נישט נאר דאס, אויב דאס זאל נאך אנקומען אין די נאנטע דארף, דאן וועט מען מיך איבערלייגן אויפן טיש און גוט אויספראקן, האשעם יעראכעם וואס וואלט דאן פאסירט, ממילא האב איך זיך בארעכנט שטיל צו זיין.
אבער גאט פארלאזט נישט זיינע אידעלעך, מייעייס האשעם הויסע זויס, דער ריינער עמעס שווימט אלעמאל ארויף, א גישמאקע דרשה הער איך פון א זייט, ב"ה מ'קען זאגן אז דער באל דארשען האט געזאגט דעם ריינעם עמעס, אנע שום מוירע, מאמעש מעכייעם געווען דעם לוי סאגירי מיפניי איש, אלזא טוה איך מיר פאר איהם באדאנקן בפומבי, און יאך טרוי מיך צו זאגן, אילעמאלע האי יוימע דע כא גארעם ווען נישט דיין דרשה, קאמע יוסעף עיקע בעשיכע, וואלט די קרעטשמע כאסוועשאלעם געבליבן אן קיין דאיען, סיז ממש אין די בחינה פון האמאציל מיזיטע שעל יאם.
און בעשעם די גאנצע באהערדע טוה מיר זיך באדאנקן פאר גישמאקער, וואס האט זויחע געווען לעהאמיט האדאס אל טילא, דער אייבערשטער זאל דיך בענטשן בעחאל האבראכעס.
הכ"ד הפעוט
הק' סאכדעס
חונה פה ק"ק קרעטשמע והגלילות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:28 |
|
| |
סאכדעס;
יאך ווייס ניקס וואס,
אזאנס איס דאס,
האפטע בלויזע טאנעס,
ומאנעס,
אנע טעם,
ורעם,
איך האלד זאך בע מאנעם,
משום כמה טאמעם,
קעמיסום,
נעמיסום,
א גער שעפעט מען ניקס,
קאנסט צילן מיט א ביקס.
|
|
|
|
|