| נשלח ב-22/11/2005 21:53 |
|
| |
RATING – מיין לשון הקודש'דיגע אויסלאגע
אזוי ווי עס ווערט זייער אסאך גענוצט לשון הקודש'דיגע ווערטער לויט די יידישע אויסלאגע, ווי למשל: זארעכ, סאכדעס, שקויעך און נאך.
וועל איך, פאר פראבע, שרייבן עפעס אין לשון הקודש לויט די יידישע כללים אין אויסלאגע, און איר קענט נאכן ליינען אפגעבן אייער רעטינג.
העיויס שעקאן בעהאקרעטשמע קאָסבים לעפאָמעם, לאָשען האַקוידעש קעפי קלאָלע סעפאַס היידיש וועלוי קעפי קעלאָלע האַספאַס, וועלוי אויד, קאַמע פעאָמעם מויסיפן אויד אייזעי אויסיעס קעדיי שע-יאַלע יאָפע גאַם לעפי קלאָלע האַדיבער, קעפי שעמדאַברעם איש על רייאייהי, וועלעפאָמעם אויפן האַקסיווע אַל דעירעך זעי מאַכבעד אייניי הקויראים, הען בעאיניאָנע האַקריעה וועהען בעאיניאָנע האַוואָנע, אַל קיין קאָסאַווטי זעי האַשירעס בעאויפן הנ"ל, קעדיי לאַמעד אַל האַמיווכען וועלענויכאַך איינייני יאַביטי אים עמעס ווענאָכן האַדאָוואָר האַזעי.
---
איז דאס אייך געווען שווער צו לייענען און פארשטיין?
וואלט דאס נישט געווען מיט די נקודות וואלט דאס געווען שווערער?
וואלט דאס געווען מיט די פֿ, כֿ, בֿ, כללים וואלט דאס געווען גרינגער?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 21:57 |
|
| |
יא
יא
ניין
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 22:04 |
|
| |
אַדִין) ס'אט מיר געדויערט לענגער וואו איך ליין א 81/2 ביי 11 ענגלישע לעטער
דוַוַא) די נעקידעס האבן אסאך צוגעגעבן, איך בין מסופק צו לטוב אער למוטב
דְרִי) נישט צו לייגן די פאסאכס פון אויבן, ס'עט נאר שווערער מאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 22:27 |
|
| |
1) ס'האט גענומען אביסל לענגער
2) די פינטעלעך האבן כמעט נישט אויסגעמאכט, (לשה"ק ספרים געפינטעלטע מאכן מיך געווענליך נערוועז).
3) זיכער נישט צולייגט די פּאַסאַכ'ס העכערן ווארט ווייל עס מאכט אויך נערוועז.
און בכלליות איז די זאך אזוי, ווען מען שרייבט אינמיטן א גאנצע פאראגראף א ווארט צו עטליכע ווערטער אידיש\קוידעשדיג דאן איז נישט געפערליך עס מאכט נאר אביסל מער אינטערעסאנט, אבער אז מען זאל לכתחילה שרייבן א גאנצע מעשה אזוי איז נישט כדאי ווייל עס פארלירט דעם חן וויבאלד מען דארף זיך באקראצן עס צו ליינען, כנלע"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 23:22 |
|
| |
עיכאד) ס'נעמט מיר לענגער צו ליינען לשון הקודש בכלל, און לאקשען קוידעש ביפראט.
שטייאים) איך האב נישט אויפגעפאסט אויב די נעקידויס האבן בעסער אדער ארגער געמאכט. (און איך שטים צו צי די רייד פון בן הרחמן, א "מנוקד" ספר קומט ביי מיר כמעט נישט אין די האנט אריין [כאילו אנדערע ספרים יא...]).
שלוישא) קענסט לייגן וויפיל ליניעס פון אויבן דו ווילסט, אבער שרייב מער נישט אזעלכע לאנגע מאנסעס אין לאשען קוידעש ווייל עס מאכט מיר כמעט אזוי נערוועז ווי מיינע בילדער מאכן דיר.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 23:56 |
|
| |
אוי קרעמער נישט אזוי שארף. דערשרעקסט מיך פשוט.
דו ווייסט, איך שרייב נישט געווענדליך אזעלכע לאנגע מאנסעס אויף לאשנקוידעש, דאס איז דאך נאר געווען א פראבע, ווי איך האב דאס מקדים געווען.
בנוגע די פינטלעך אין לשה"ק. מאכט דאס מיר אויך נארוועז. וועם דען נישט? ווער קען דען סובל זיין א געפינטלטן 'קצות החושן'...
אגב. דאס וואס עס ליינט זיך אזוי שווער, איז לכאורה ווייל דער מח ארבעט דאפלט. 1. ווייל ביי די וואס רעדן און ליינען יידיש, דארפן סתם אזוי ביים ליינען לשון הקודש אביסל אנשטרענגען דעם מח, ווייל עס נישט דער שפראך וואס זיי רעדן. 2. איבערהויפט אז מען דארף נאך כאפן דער אויסלייג פון די ווערטער, איז פשוט אז דער מח ארבעט דאפלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:02 |
|
| |
דער דיין איז גערעכט ווי אייביג, איך זעה דאך דאס ביי מיר, ווען אימער איך באגעגן זיך מיט א לשון קודש ווארט ברויך איך לענגער טראכטן, נאכדערצו ווען די אויסלייג איז אנדערש פון די קללות וואס מען האט מיר אויסגעלערנט אין חדר.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:33 |
|
| |
זארעחך:
איז עס שווער געווען צו ליינען? יא.
די נקודות: מאכט נאר שווערער, ס'קריכט מיך אויף די נערוון.
די אויבער-סימנים: וואלט געמאכט נאך שווערער.
האט זיך עס געלוינט צו ליינען: יו בעט, כ'לאך נאך יעצט.
האב איך ליב ווען דו ווארפסט אריין די סארט 'בערתער' צווישן די שורות: איך לאוו עס.
ביזטו גוט משוגע: איך וויל נישט זאגן.
בין איך גוט משוגע: איי וואד טינק סאו.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:34 |
|
| |
אז מ'רעדט שוין פון געפינטעלטע ספרים, דערמאן איך זיך וואס א חבר מיינער -א שטיקל למדן- האט מיר אמאל געזאגט, אז אין אפאר יאר ארום וועט מען שרייבן צווישען די מעלות פון א נייע ספר 'אינו מנוקד'...
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 00:56 |
|
| |
פעדעקס
איך טענה דאך שוין לאנג אז אויב מען וויל אז מענטשן זאלן קומען צו א שמחה, זאל מען שרייבן דעם צעטל מיט א פענסיל אויף א קליינע צוקנייטשטע צעטעלע מיט ליניעס...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 01:07 |
|
| |
קרעמער, ווי לאנג בערך טענה'סטו שוין?
בעיסקלי, מיט וועם טענה'סטו?
וואס טענה'נען זיי?
און צום לעצט, וואס דארפסטו דיך טענה'נען? צו וואס פעלט עס אויס?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 01:16 |
|
| |
מפוקל;
איך זעה אז דו בעטסט שיין, נאדיר 
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 09:31 |
|
| |
שווער געווען צו ליינען, נישט גענדיגט
|
|
|
|
|