| נשלח ב-23/11/2005 23:08 |
|
| |
עטיקס פון א פינק סליפ
האנדלשאפט איז נישט קיין ברודערשאפט!
אנדערע זאגן: מיט די משפחה עסט מען קוגל!
אבער וואס טוט זיך ווען מ'האט געמיינט אויף א קרוב אדער חבר אז ער טויג צו א געוויסע ארבעט, אבער נאכן פרובירן אלעס, אריינגערעכנט אריבערפירן צו אנדערע אינטערנעמונגן, שטעלט זיך ארויס אז מ'קען זיך שוין אפי' נישט איינרעדן אז ער טויג.
פייערן???
פון א ביזנעס שטאנדפונקט איז דאס דו איינצוגסטע אויסוועג.
יעצט איז די שאלה: ווי ווייט "מיז" איך נעמען אין באטראכט, די עטישע געפילן פון "אפזאגן א איז פון זיין פרנסה"?
ווי ווייט מיז איך אין באטראכט נעמען אז "ער האט דאך א שטוב מיט קינדערלעך"?
מיין הארץ זאגט מיר: טוה וואס דו האסט צו טוהן, פון א ביזענס שטאנדפונקט. נאכער וועלן מיר א קוק טוהן אין די קעשענע וויפיל צדקה איז קען זיך ערלויבן....
ותשועה ברוב יועץ.....
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 23:13 |
|
| |
מיין הארץ זאגט פונקט ווי דיין הארץ
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:10 |
|
| |
אפי' אויב די סיבה איז: צופיל שרייבן אויף היידפארק?.....
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:21 |
|
| |
עווערעדזש;
קודם כל, איך כאפ די מעסעדזש...
צווייטנס: דו הייבסט אן אז ער "טויג" נישט, דאן שרייבסטו אז די פראבלעם איז גאר אז ער שטופט די צייט אויף היידפארק. ווען די פראבלעם וואלט געווען אז ער "טויג" נישט, האסטו נישט קיין גרויסע ברירות, אבער אויב די גאנצע פראבלעם באשטייט פון דעם וואס ער שרייבט אויף היידפארק (וואס - אגב - ער האט זיך דאס נאר פון דיר געלערנט...), איז דא אנדערע עצות דערצו, צום ביישפיל: דאס וואס דו האסט געטאן! א שיינע דערמאנונג! א קלאפ אין רוקן, א וואונק מיט די אויג, אויף א שיינעם אופן דערמאנען אז מען האט אים נישט געדונגן צו שרייבן אויף היידפארק...
איך האף אז דו שטייסט נישט אונטער די לעצטע פארשוואונדונג פון עטליכע פון אונזערע שרייבער, ווי 'נאטורליך', 'פענסטער', און אנדערע.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:33 |
|
| |
איך ווייס נישט וואסערע מין ארבעט עס איז אבער מיר ער טאקע ארבעטן אויפן קאמפיאטר מיז ער טאקע האבן אינטערנעט
אויב יא איז דא גענוג פראגרעמס וואס די קענסט האבן און אנשטעלן ווי ער זאל קענען גיין און ווי נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:35 |
|
| |
נאט-טו;
עס קוקט אויס ווי דו מיינסט אז ער רעדט פון דיר...
ווייסט וואס יענער בעל דרשן פלעגט (וואס מיינט עס נאר?) זאגען: איך מיין נישט קיינעם, אבער דער וואס מיינט אז איך מיין אים, אים מיין איך טאקע!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:40 |
|
| |
זאל איך ענטפערן?
אקעי מיין ווייב זאגט מיר אייביג אז נישט אייביג דארף איך ענטפרן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:45 |
|
| |
און איך זאג דיר: נישט אייביג דארף מען פאלגן וואס די ווייב זאגט.
נאר ווען עס קומט א נבואה פון הימל: "כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה"!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 00:48 |
|
| |
אקעי איך וועל ענטפערן
איך מיין נישט אז ער מיינט מיר ווייל איך דארף האבן א קאמפיאטער מיט אינטערנעט פאר מיין ארבעט (נישט אלץ מנהל משנה נאר פאר מיין סייד דזשאב) און איך האב שוין די זעלבע דזשאב זייט איך האב אנגעפאנגן צו ארבעטן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 01:03 |
|
| |
עוורידזש
יאך האלט דו זאלסט איהם האלטן פאר מאכן די באנק דיפאזיטס און ווי אויך אויפקערן די אפיסעס און ווינדעקסן די סקרינס.
גראדע האט מיין באס מיט מיר כמעט די זעלבע פראבלעם, יאך טויג אויף גארנישט, אבער ער האלט מיר נישט ווייל מיר זענען קרובים, איך בין געווען מיט איהם א חבר פארדעם, סאו ער קען מיך פשוט נישט אוועקשיקן.
יאך האב שוין מורא אפשר ביסטו מיין באס, וויי וויי, ע ס'קען נישט זיין, ווייל איך שרייב נישט אזויפיל אויף היידעפארק.

|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 05:19 |
|
| |
נאט-טו;
מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ברויכסט האבן אינטערנעט? פיין און וואויל! אבער וואס האט דאס מיט שרייבן אויף היידפארק (כאילו 'דו' שרייבסט אסאך...).
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 05:21 |
|
| |
איך האב אויך קודם געטראכט אז אפשר גאר איז 'דורכשניטליך' מיין בעל הבית, אבער נאכדעם האב איך געכאפט אז ס'קען נישט זיין, ווייל מיין בעה"ב מאכט אן 'אשר יצר' ווען ער קומט ארויס פון ביה"כ, און נישט ברכת המזון.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 19:46 |
|
| |
עוורידזש, בינוני, דורכשניטלעכער, מיטלגארטיגער, ממוצע, און-ביטווין, וכל שום וחנוכא דאית ליה!
קודם-כל, איינמאל-איינס, פירסט-אף-אל:
פארוואס האסטו אים/איר בכלל געהייערט? דו האסט דאך שוין דאנסמאל געוויסט פונעם כלל פון "קרובים אל החלל".
אלא מאי? מסתמא האסטו געהאלטן אז 'ער/זי' איז א אויסנאם, ווייל לכאורה, אויבן-אויף, פרי-זאמעבלי, איז ער/זי א מורא'דיגע קעטש, נא וואס איז טאקע געשעהן האסט דיך פשוט און פראסט טועה געווען? אדער יענע/ר האט זיך געטוישט זינט ער/זי זיצט אויף הייד-פארק?
למאי נפקא מינא?
אויב דו צווייטע איז אמת, איז דא א פשוט'ע עצה, רוף יענע/ם אין א זייט און זיי עם/איר מסביר דיין פראבלעם און מיט א קלאפ אין דו פלייצע, פארלאנג דיינע רעכטן,
משא"כ, אויב 'די' האסט דיך טועה געווען,און אפגעסקראט, געסאקט, געפלאפט, אנגעזעצט, האב איך פאר דיר נישט קיין עצה, איך האב מיט דיר גרויס מיטלייד, באט איטס אל יארס איעט איט אפ!
ווי אזוי האט זיך יענער אמאל אויסגעדרוקט,
נוצר תאנה: אז מ'פלאנצט א פייג,
יאכל פריה: וואקסט א פייג!
תוקן על ידי - mefikel - 24/11/2005 19:51:25
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 23:00 |
|
| |
mefikel :
I shall never reveal the nature of the very case I'm dealing with; has anyone expected me to do that?
This dilemma, neither should it nor will it be resolved by identifying a target for blame, I'd have enough of that...
And yes Mefikel, I ''am'' eating the problem, and that's exactly my question, am I supposed to continue ''eating'' even when my appetite no longer calls for it???….
I do appreciate the help of yours and others with this matter. When I'll get my next ''Yidish'' chance, I'll discuss this issue from a theoretical point of view.
תוקן על ידי - average - 24/11/2005 23:06:56
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 23:39 |
|
| |
Your Yiddish I would would only rate "Average", but your English; Boy, is that great!

|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 01:18 |
|
| |
It seems to me that Average and Mefikel understand each other fairly well, so I won't disturbe them with my silly comments.
I would just like to be me'orer on a Halachic Pratt...
Mefikel wrote:
אויב דו צווייטע איז אמת, איז דא א פשוט'ע עצה, רוף יענע/ם אין א זייט און זיי עם/איר מסביר דיין פראבלעם און מיט א קלאפ אין דו פלייצע, פארלאנג דיינע רעכטן
...Well, that is only allowed if in fact this worker (if it's a she as Mefikel assumes) is your sister or daughter, or even your mother, but otherwise you have to ask a Shaale from the Dayan if its ok to Klap in the Pleitze...
תוקן על ידי - קרעמער - 25/11/2005 1:20:11
|
|
|
|
|