| נשלח ב-24/11/2005 21:10 |
|
| |
איך וויין....
ווייל איך רעד צו מיר אליינס....
קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון מיר...
ביי, איך גיי אויך אוועק פון דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 21:17 |
|
| |
עס זעהט אויס די בעבי וויינט דיר אן אסאך ביינאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 21:21 |
|
| |
די מיינסט טאקע אז וויינען איז די עצה?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 21:38 |
|
| |
עמו אנכי בצרה
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2005 21:58 |
|
| |
איך קוק ארויס פון פענסטער און איך זעה איינער ווייייינט,
איך האב נישט געקענט אויפכאפן וואס גייט דארט פאָר, ענדליך באמערק איך א געהענגל (אשכול) אין א בעג מיט גרויסע בוכשטאַבן 'איך וויין....'.
איך עפען עס אויף, און נישט-מער און נישט-ווייניגער איינער האט איבערגעלאזט אזא צעטל:
ווייל איך רעד צו מיר אליינס....
קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון מיר...
ביי, איך גיי אויך אוועק פון דא.
מיין ענטפער צום פארשוין איז ווי פאלגענד:
אז דו קענסט נישט רעדן צו דיר אליין סתם-אזוי, וויאזוי ווילסטו געהאלפן ווערן רעדנדיג צו דיר אליין און א צייט פון נויט?
ווער רעדט נאך פון וויינען צו דיר אליין, א מענטש מוז קענען זיין סעלפ-אינטערטעינינג, דו בעסטע חבר קען נישט אזויפיל העלפן ווי דער מענטש זעלבסט!
אלזא;
נעם דיר צוזאם דיין פעקל ביינער, און שרייב צאם הודל-בודל טשאדעלע-באדעלע שטותים-און-לאקשן פאר-פייער און פאר-וואסער הוילע-באבקעס וואס איז נישט-געשטויגן און נישט-געפלויגן לא-היה ולא-נברא לא-דובים ולא-יער (בעיסיקלי וואט איי עם דאונג רייט נאו)
און פייף אן דו גאנצע וועלט!
זאל זיך יעדער שטעלן אויפ'ן קאָפ!

|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 00:33 |
|
| |
נאטורליך;
די בעבי וויינט, נאר נישט אויף מיין קאפ.
נאט טו;
עס קוקט אויס אז יא, זעהסט דאך אז דער עולם האט זיך אנגערופען.
סעמאן פיש;
וואס הייסט "עמו אנכי בצרה"? ווי ביסטו געווען היינט א גאנצען פארמיטאג, קיין מאג האט מען נישט געהערט פון דיר.
מפוקל;
קודם נאדיר אזאנס
און נאכדעם די זעהסט נישט אז דעס האב איך געטון, דאס גאנצע גרינדען פון דעם אשכול איז געווען הודעל-בודעל וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 00:54 |
|
| |
פענסטער, וואס זאל איך טאן מיט דיין גראבע-גרויסע-גרינע פינגער?

|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 00:56 |
|
| |
נישט וויינען שעפעלע כ'על דיר לאזן וואוסען ביי א צווייטע געלעגנהייט, ווי די קענסט עס דיפאזיטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 01:38 |
|
| |
מפוקל;
פון דיין תגובה זעהט זיך ארויס דיין אינערליכע געפיהל צום קרעטשמע, דו ווילסט אז עס זאל זיך טאן אויפן פורום, מען זאל רעדן - זאל-אפילו-זיין-נישט-צו-דער-זאך - אבער רעדן!
גלייב מיר, וואלט איך געווען דער קרעטשמער, וואלט איך דיר געגעבן א פאסטן אין קרעטשמע!
הנהלה (אוי, אפשר וואלט איך דאס געברויכט דיסקוטירן מיט אייך ביים זיצונג וואס קומט פאר יעדן ליל ששי..);
אפשר האט איר אוועקגעלייגט עפעס א פאסטן פאר אונזער פריינט מפוקל?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 01:42 |
|
| |
איך בין גרייט אויפצוגעבן מיין קוימען-קערן אויפגאבע פאר מפוקל
פונקטליך וויאזוי ס'זאל צוגיין די טרענספער, העמיר פארהאנדלען ביים וועכענטליכען שיעור...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 01:55 |
|
| |
פענסטער;
געב נישט אויף דעם דזשאב וואס דו קענסט אזוי גוט. לאמיר אויפקומען מיט עפעס זאכליך... איז שוין דא א בוכהאלטער?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 01:59 |
|
| |
אונז העמיר פארהאנדלען ביי די מיטינג, אקעי?
(שטילערהייט... מפוקל זאל נישט הערן, יאך האב מורא אז ער גייט אריינשרייבן און די ביכער הודעל בוידעל פלאץ, סאו מ'וועט מוזען זיכען בעסער'ס.)
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 15:54 |
|
| |
האו אבאוט ער זאל זיין דער גבאי....
שוין העמיר דאס דיסקוטירן ביים וועכנטליכן זונטאג מיטונג.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 16:53 |
|
| |
איך וואלט געזאגט אז מפוקל וואלט געווען אן ערשטקלאסיגער מגי"ש. ער האט א גלענציגע כח הסברה און דערצו א תלמוד חכם. (כ'האף ער האט שוין אן ענטפער צו זיין ריבית שאלה...)
איך מיין ער זאל פארלערנען א שיעור אין עין יעקב, אזוי ווי פארצייטענס אינעם הקדש שטיבל, די האלץ האקערס און וואסער טרעגערס וועלן זיכער הנאה האבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2005 17:58 |
|
| |
נו, אדרבא
וואס זאגט דער מגיד שיעור אליין?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2005 05:46 |
|
| |
איך בין נישט דא געווען ביז יעצט, אהיימקומענדיג באמערק איך א גאנצן שמועס וועגן מיינע קוואליפיקאציעס און וויאזוי מ'קעו עס אפלייען דא אין קרעטשמע, וויל איך ענק אלע קלאר שטעלן:
איך האלט נישט דערביי!!
פלעין פשוט איך וויל נישט! צו וואס פעלט מיר עס אויס?
ובזה אשום קנצי למילי, זייטס מיר אלע געזונט און געזאלצן!
|
|
|
|
|