בית פורומים היימישע קרעטשמע

~~~ שאלות אויף פרשת תולדות ~~~

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/11/2005 03:15 לינק ישיר 
~~~ שאלות אויף פרשת תולדות ~~~

די וואך וועלן מיר זיך נעמען איבער דעם (זיידן) לבן הארמי:

1. וויפיל נעמען האט לבן געהאט?

2. וויאזוי האט געהייסן זיין ווייב?

3. וויפיל קינדער האט לבן געהאט?

4. וויאזוי האבן זיי געהייסן?

הצלחה רבה!


תוקן על ידי - קרעמער - 27/11/2005 3:14:43



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/11/2005 20:33 לינק ישיר 

1. לבן'ס נעמען:
1) לבן
2) בעור (סנהדרין ק"ה ע"א)

3. לבן'ס קינדער:
צום ווייניגסטענס 6 קינדער, 5 וואס זענען אויסגערעכנט בתירוץ לשאלה 4, און אין סו"פ ויצא שטייט צוויי מאהל דערמאנט אז לבן האט געהאט א (אדער עטליכע) זיהן.

4. די נעמען פון לבן'ס קינדער:
1)לאה
2)רחל
3)בלהה
4)זלפה (עי' במד"ר שבלהה וזלפה היו בנותיו מפילגש).
5)בלעם (לפי הגמ' בסנהדרין הנ"ל שלבן הוא בעור).

קרעמער וועט מסתמא זאגן עס איז דא נאך א שיטה, אבער דאס האב איך ביזדערווייל געטראפן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/11/2005 21:54 לינק ישיר 

בן_הרחמן;

אויסגעצייכענט! יעצט ווארט איך אויף דיינע שאלות.

==

1. איך ווייס פון דאפעלט אזויפיל נעמען פאר לבן.

2. (זיין ווייב'ס נאמען?)

3. איך ווייס פון לכל הפחות 7 קינדער.

4. רעכן אויס זייערע נעמען.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/12/2005 04:48 לינק ישיר 

בעזהשי"ת

תירוצים אויף די שאלות פון פרשת תולדות:

1. וויפיל נעמען האט לבן געהאט?


1) לבן

אין מדרש (בראשית רבה פרשה ס' סי' ז', במדבר רבה פרשה י' סי' ה') שטייט אז זיין ריכטיגע נאמען איז נישט געווען "לבן", מען האט אים נאר אזוי גערופן צוליב דעם וואס ער האט געהאט זייער ווייסע הויט [אנדערע מפרשים זאגען דארט אז ער איז געווען א פשרה-מאכער צווישן מענטשן, ער פלעגט קלאר מאכן געזעצן און דערפאר האט מען אים גערופן לבן], אדער ווייל ער איז געווען "מלובן ברשע" [אויסגעצייכנט מיט רשעות].

2) בעור (גמרא סנהדרין ק"ה ע"א, תנא הוא בעור הוא כושן רשעתים הוא לבן הארמי).

3) כושן רשעתים (גמרא שם).

דער בן איש חי שרייבט אבער (בן יהוידע סנהדרין ק"ה ע"א) וז"ל: דע דאל תחשוב דברים כפשוטן ששלשה אלה [בעור, כושן רשעתים, לבן הארמי] הם גוף אחד שיש לו שלשה שמות הנזכרין, דזה לא יתכן, ורבינו האר"י ז"ל אמר להדיה ד'בעור' אביו של בלעם הוא בנו של לבן הארמי [זעה ווייטער] כו', אך כונת רז"ל לומר שלשה אלה הם שורש אחד, ולעולם היו בעולם הזה ג' גופים כל אחד בזמן אחד, ולבן היה עיקר השורש, וכושן ובעור יוצאים ממנו כמו גוף אילן שיוצאים ממנו ענפים כו' עכ"ל.

4) קמואל (בראשית רבה פרשה נ"ז סי' ד', לבן הוא קמואל, ולמה נקרא שמו קמואל, שקם כנגד אומתו של א-ל. די גירסא פון רד"ל דארט איז אבער: "הוא בלעם הוא קמואל". אזוי איז אויך די גירסא אין ילקוט שמעוני בלק סי' תשס"ו, און דעת זקנים מבעלי התוספות בראשית כ"ב, כ"א).
5) בלעם (לויטן אר"י הקדוש איז לבן הארמי נתגלגל געווארן אין בלעם בן בעור).

2. וויאזוי האט געהייסן זיין ווייב?


לבן האט געהאט עטליכע ווייבער, פון איין פרוי זענען געבוירן געווארן לאה און רחל, פון זיין פילגש זענען געבוירן געווארן בלהה און זלפה. דער ספר הישר שרייבט (הובא בפירוש מהרז"ו בראשית רבה פרשה ע"ג סימן י"ב) אז לבן'ס ווייב האט געהייסן עדינה, און זי האט אים געבוירן דריי זיהן [זעה ווייטער].

די "עדינה" איז אבער נישט געווען די מוטער פון רחל און לאה, ווייל זייער מוטער האט שוין נישט געלעבט ווען יעקב אבינו איז אנגעקומען קיין חרן (ווי רש"י זאגט אויפן פסוק ותרץ ותגד לאביה, בראשית כ"ט י"ב), האט זי אים נישט געקענט געבוירן די זיהן, ווייל זיי זענען אים הערשט געבוירן פיר יאר נאכדעם וואס יעקב איז אנגעקומען אהין, ווי עס שטייט אין ספר הישר (הובא בסדר הדורות שנת ב' אלפים קפ"ט). אויך אין מדרש שטייט אז לבן'ס זיהן זענען געבוירן נאך יעקב'ס קומען (הובא ברש"י בראשית ל' כ"ו), אנדערש וואלט לבן נישט געשיקט זיין טאכטער פאשן די שאף.

3. וויפיל קינדער האט לבן געהאט?

4. וויאזוי האבן זיי געהייסן?


1) לאה 2) רחל 3) בלהה 4) זלפה 5) בעור 6) אליב 7) מירוש [די לעצטע דריי זענען זיהן].

דער "בעור" איז געווען דער טאטע פון "בלעם בן בעור" [זעה אויבן פון אר"י הקדוש], אדער איז דאס געווען בלעם אליינס, ווי די גמרא זאגט (סנהדרין ק"ה ע"א) אז בלעם האט אליינס געהייסן בעור ע"ש.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ~~~ שאלות אויף פרשת תולדות ~~~
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext