בעזהשי"ת
תירוצים אויף די שאלות פון פרשת תולדות:
1. וויפיל נעמען האט לבן געהאט?
1) לבן
אין מדרש (בראשית רבה פרשה ס' סי' ז', במדבר רבה פרשה י' סי' ה') שטייט אז זיין ריכטיגע נאמען איז נישט געווען "לבן", מען האט אים נאר אזוי גערופן צוליב דעם וואס ער האט געהאט זייער ווייסע הויט [אנדערע מפרשים זאגען דארט אז ער איז געווען א פשרה-מאכער צווישן מענטשן, ער פלעגט קלאר מאכן געזעצן און דערפאר האט מען אים גערופן לבן], אדער ווייל ער איז געווען "מלובן ברשע" [אויסגעצייכנט מיט רשעות].
2) בעור (גמרא סנהדרין ק"ה ע"א, תנא הוא בעור הוא כושן רשעתים הוא לבן הארמי).
3) כושן רשעתים (גמרא שם).
דער בן איש חי שרייבט אבער (בן יהוידע סנהדרין ק"ה ע"א) וז"ל: דע דאל תחשוב דברים כפשוטן ששלשה אלה [בעור, כושן רשעתים, לבן הארמי] הם גוף אחד שיש לו שלשה שמות הנזכרין, דזה לא יתכן, ורבינו האר"י ז"ל אמר להדיה ד'בעור' אביו של בלעם הוא בנו של לבן הארמי [זעה ווייטער] כו', אך כונת רז"ל לומר שלשה אלה הם שורש אחד, ולעולם היו בעולם הזה ג' גופים כל אחד בזמן אחד, ולבן היה עיקר השורש, וכושן ובעור יוצאים ממנו כמו גוף אילן שיוצאים ממנו ענפים כו' עכ"ל.
4) קמואל (בראשית רבה פרשה נ"ז סי' ד', לבן הוא קמואל, ולמה נקרא שמו קמואל, שקם כנגד אומתו של א-ל. די גירסא פון רד"ל דארט איז אבער: "הוא בלעם הוא קמואל". אזוי איז אויך די גירסא אין ילקוט שמעוני בלק סי' תשס"ו, און דעת זקנים מבעלי התוספות בראשית כ"ב, כ"א).
5) בלעם (לויטן אר"י הקדוש איז לבן הארמי נתגלגל געווארן אין בלעם בן בעור).
2. וויאזוי האט געהייסן זיין ווייב?
לבן האט געהאט עטליכע ווייבער, פון איין פרוי זענען געבוירן געווארן לאה און רחל, פון זיין פילגש זענען געבוירן געווארן בלהה און זלפה. דער ספר הישר שרייבט (הובא בפירוש מהרז"ו בראשית רבה פרשה ע"ג סימן י"ב) אז לבן'ס ווייב האט געהייסן עדינה, און זי האט אים געבוירן דריי זיהן [זעה ווייטער].
די "עדינה" איז אבער נישט געווען די מוטער פון רחל און לאה, ווייל זייער מוטער האט שוין נישט געלעבט ווען יעקב אבינו איז אנגעקומען קיין חרן (ווי רש"י זאגט אויפן פסוק ותרץ ותגד לאביה, בראשית כ"ט י"ב), האט זי אים נישט געקענט געבוירן די זיהן, ווייל זיי זענען אים הערשט געבוירן פיר יאר נאכדעם וואס יעקב איז אנגעקומען אהין, ווי עס שטייט אין ספר הישר (הובא בסדר הדורות שנת ב' אלפים קפ"ט). אויך אין מדרש שטייט אז לבן'ס זיהן זענען געבוירן נאך יעקב'ס קומען (הובא ברש"י בראשית ל' כ"ו), אנדערש וואלט לבן נישט געשיקט זיין טאכטער פאשן די שאף.
3. וויפיל קינדער האט לבן געהאט?
4. וויאזוי האבן זיי געהייסן?
1) לאה 2) רחל 3) בלהה 4) זלפה 5) בעור 6) אליב 7) מירוש [די לעצטע דריי זענען זיהן].
דער "בעור" איז געווען דער טאטע פון "בלעם בן בעור" [זעה אויבן פון אר"י הקדוש], אדער איז דאס געווען בלעם אליינס, ווי די גמרא זאגט (סנהדרין ק"ה ע"א) אז בלעם האט אליינס געהייסן בעור ע"ש.
 |
|
|