פריי זיך נישט אזוי ... איך בין טאקע דא אבער ... נאך אזא אנגעזעצטע טאג ווי היינט (און איך ווייס אז רוב מיטגלידער קענען אפילו נישט מיטטיילן אונזער שמחה יעצט) גלוסט זיך מיר ענדערש דאס
נשלח ב-29/11/2005 02:35
איך קאך מיט. איך האב מיט דיר מיטגעפיל. איך האב דאס שוין סאך מאל געשפירט אויף די אייגענע הויט.
יא.. יא... אלעס איז דער גרויזאמער גראף שולדיג
ער, נאר ער, ער האט אונז פאר די לעצטע פיר-און-צוואנציג שעה ענג געמאכט אין די ארטאדאקסישע געסלעך און מיר האבן נישט געהאט קיין שום וועג אנצוקומען צו די קרעטשמע...
נשלח ב-29/11/2005 02:41
יין_שרף;
יעצט האסטו שוין יא צוטריט דורך די מסורה'דיגע וועג? איך ליידער נישט!
נשלח ב-29/11/2005 02:45
יא איך בין אריין דורך מסורת.
אויב דו ווילסט דוקא אריינגיין דורך מסורה ניץ די עצה:
דו רעדסט ווי א מענטש (פאר א טשעינדזש)! איך האב געפאלגט דיינע אנווייזונגען און יעצט שרייב איך אויף מסורת.
איך האף נאר אז די מסורת וועט נישט ארויפלייגן "אלע" אדווערטייזמענטס פון די רעגולער היידפארק, ווייל דאן שטעלט זיך די פראגע "מה הועילו חכמים בתקנתם"? "הזאת נעמי"? "אל הנער הזה התפללתי"? "אויף דעם האט דער רבי געוויינט ביי שלש סעודות אלע יארן"?
נשלח ב-6/12/2005 02:40
וועעע!!!..... וועעע!!!..... וועעע!!!.....
שוין ווייטער קאך איך.....
איך בין שוין דא אליין פאר ווייסעך ווי לאנג!!!!....
חיים חייקל דערנענטער זיך צו דעם טישל, און מערקט גאר אז דאס איז דאך נישט קיין אנדערער ווי זיין באליבטער ראש הקהל.
וואס קאכט איר אזוי? וואס קאכט איר אזוי? - זאגט חיים חייקל צו זיין באליבטער ראש הקהל - ווייסט איר דען נישט אז חיים חייקל מאכט נעבעך זייער אפט מיט דעם פארווייגטאגטן איבערגאנג וואס האט איצט באפאלן דעם ראש הקהל?.
וואלט דער ראש הקהל אריינגעפאלן צו אונז אין די קרעטשמע מער עפעטער, וואלט ער זיך באלד דערוואוסט אז דאס איז א דורכשניטליכער ערשיינונג אין די קרעטשמע, וואס רוב דורכגייערס מאכן דאס מיט עטליכע מאל אין טאג...