|
|
| נשלח ב-30/11/2005 21:38 |
|
| |
שארט זיך אזוי 'חיים חייקל דער וואסער טרעגער' אריין אין די קרעטשמע, און באגריסט זיך אזוי - מיט זיין אויסגעגאסענעם שמייכל אויפן פנים - מיט אלע קרעטשמער'ס ארום.
דארט אין א ווינקל מערקט ער, ווי עטליכע קרעטשמער'ס שעפשען עפעס, וואסער טרעגער... וואסער טרעגער... און נאכמאל וואסער טרעגער...
וואס איז דאס? וואס מורמלען זיי זיך דארט? - ווינדערט זיך אזוי חיים חייקל -
חיים חייקל פוילט זיך נישט, שטעלט זיינע טריט גלייך צו דעם טישל, און נייגט אן אויער צום געשפרעך.
אה... ב"ה, אה... ב"ה, נישט מיר מיינט דאס - אטעמט חיים חייקל אפ -
חיים חייקל נעמט ערלויבעניש צו לאזן הערן זיין שטעלע אין דער געשפרעך, און נאכן באקומען ערלויבעניש ווענד ער זיך, מיט אזא האלב דיפלאמאטישן שפראך, צו די אנוועזנדע:
חיים חייקל טראכט, אז ס'נישט ריכטיג פון א דיפלאמאט צו נעמען זיין אנגעזעצטע מינע און דאס ארויפשמירן אויפן פשוט'ן וואסער טרעגער פון דארף, בלויז ווייל עס האט דעם זעלבן נאמען...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 00:23 |
|
| |
מיט שטאלצע טריט שפאנט דער הויכגעשעצטער ראש הקהל ר' יענטאאש אריין אין קרעטשמע, די גלאנציגע שטיוול לאזן הערן א קנאקליכער גערידער בעת זי קלאפט זיך אן אין די פאדאלאגע, דער צילינדער היטל שטייט גראד אויפן שפיץ קאפ, און דער רעקל מיטן שניט פון אונטן ליגט הערליך אויסגעפאסט אויפן ראש הקהל'ס ברייט געבויטער קערפער.
שפאנט ער אזוי ארום דער ראש הקהל מיט זיכערע טריט מיט א גלעזל דזשאני וואלקער אין די האנט און א צייטונג אונטערן ארעם, ווען אט זעט ער ווי דער פשוטער וואסער טרעגער דער איידעלער ר' חיים חייקל גרייט זיך עפעס צו זאגן פאר א גרופע אידן.
ספאנטאן ווענדט דער ראש הקהל זיינע טריט צום ריכטונג פון די גרופע און אט נייגט ער צו אן אויער.
און אזוי הערט ער טאקע ווי דער פשוטער וואסער טרעגער ר' חיים חייקל עפנט זיך דאס מויל און זאגט:
...חיים חייקל טראכט, אז ס'נישט ריכטיג פון א דיפלאמאט צו נעמען זיין אנגעזעצטע מינע און דאס ארויפשמירן אויפן פשוט'ן וואסער טרעגער פון דארף, בלויז ווייל עס האט דעם זעלבן נאמען...
דער ראש הקהל גיבט זיך א שמייכל אונטער פון הונטערוויילעכץ די וואנצן, שטעלט אנידער דעם גלעזל אויפן דערבייאיגן טישל, פלצירט דעם צייטונג אופן דערנעבנדן בענקל, און מיט א העפליכקייט גיט ער חיים חייק'לען א קלאפ אין די פלייצע און זאגט אים:
'איר זיינט גערעכט ר' חיים חייקל'.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 01:02 |
|
| |
מיט העפטיגע טריט און א געמאכטע רואיגקייט וואנדערט אריין דער געוועזענער ארענדער אין זיין געוועזענעם קרעמל, פון דא און דארט באגעגענען אים בליקן פון די איבערגעטרונקענע אנוועזענדע, ער ווענדט זיינע טריט צום סאמע צענטער פונעם שיין אויסגעפלאסטערטן שטוב, וואו עס שטייען ארום א קופקע אידן און שמועסן געמיטליך.
ער נייגט צו אן אויער, אכט געבנדיג אז קיינער זאל נישט כאפן אז ער איז אויסן זיך אונטערצוהערן זייערע געשפרעכן, ווייל דאן וועלן זיך אלע פונאנדערטיילן און צוגיין איטליכער צו זיין בענקל און ווייטער טרינקן, דען עס איז צו קיינעם'ס געשמאק אז דער געוועזענער ארענדער הארכט זיך אונטער זייערע געשפרעכן.
אנומעלט כאפט ער אויף אז דא גייט פאר א העכסט זעלטענע שמועס צווישן דער חשוב'ער ראש הקהל, וואס איז פון די עליטע לייט און ווערט גערעכנט צווישן די נאבעלע אדל לייט אין דארף, און דעם פשוט'ן וואסער טרעגער פון דארף, אויך באקאנט אלס חיים חייקל דער תהלים זאגער.
קרעמער דער געוועזענער ארענדער וויל נישט אריינהאקן אינמיטן אזא היסטארישן שמועס, ער ציהט זיך אריבער צי א דערנעבנדיג ווינקל, לאזט זיך דערלאנגן א וועטשערע (וואס באשטייט פון קארן פלעיקס אויסגעמישט מיט באנאנע באשפריצט מיט מילך), און מאכט הויך די נויטיגע ברכות, און ווארט צו הערן די ווארימע וואונטשן פונעם עולם: א גוטען אפעטיט!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 01:27 |
|
| |
יענטאאש דער בארימטער ראש הקהל מערקט אויף אויפן אלטן ארענדאר -וועלכער האט איבערגעלאזט דעם פאסטן צוליב דעם וואס ער איז שוין היינט א גרויסער סוחר-, און יענטאאש דער ראש הקהל וויל ווען פארברענגען מיטן אלטן ארענדאר מיט וועם ער האלט נאך אן קשרי ידידות, און מיט וועם ער פארט אסאך צוזאמען אין איין וואגן צום יריד אינעם הויפטשטאט, אדער אפילו סתם צום לאקאלן מארק יעדן זונטאג.
אבער וויבאלד דער געערטער ראש הקהל גלייכט נישט צו עסן פאר וועטשערע אזאנע פשוטע מאכלים ווי עס איז קארן פלעקס מיט מילך געווייקט זיך צוזאמען מיט באנאנע, דעריבער גיבט נאר יענטטאש אפ א ברייטשמייכלדיגן 'א גוטן' פאר דעם געוועזענעם ארענדאר וואונקענדיג מיט די אויגן און ווייזנדיג מיט די האנט, און ער גייט זיך עסן א פיינע ווארימע אריסטקאראטישע מאלצייט, וועלכע וועט באשטיין פון טייערע פליישן, צושפייז, גרינס, פרוכטן, וויינען, און כל מיני מעטעמים.
אבער כדי צו העלפן מאכן נארהפטיג דעם געוועזענעם ארענדארס מאלצייט גיבט דער ראש הקהל א לייכט-דיקער געשריי שוין פונדערווייטנס:
קרעמער! עס מיט געשמאק! א גוטן אפעטיט!!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 01:43 |
|
| |
קרעמער - דער געוועזענער ארענדער - געט זיך א פארנויג פארן חשוב'ן (שיער נישט געשריבן: געוועזענעם) ראש הקהל, אלס א צייכן פון הכרת הטוב אויף זיין ווארעמע ברכה, וואס דאס איז די איינציגע ווארעמס וואס קרעמער וועט האבן היינטיגן אווענד, נעמענדיג אין באטראכט אז די מילך אין וואס די קארן פלעיקס האבן זיך געווייקט (און ווייקן זיך יעצט אין אן אנדערן פארמאט) איז געליגן דורכאויס דעם טאג אין א קאלט טעמפראטוריגן צימער, אויך באקאנט אלס פרידזשידער.
עס איז טאקע מקנא צו זיין יענטאאש - דער ראש הקהל - מיט זיין געשמאקן רייך סערווירטן נאכטמאל, אבער ווען מען באטראכט דאס מיט א טיפערן בליק, לאזט זיך דינגן וואס עס לוינט זיך מער פון אן אנדערן שטאנדפונקט, נעמליך: אויב מען וועט קענען ביים נאכט שיעור טרינקן א פיינע ווארימע קאווע!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 01:45 |
|
| |
מיטן הנני הולך למות אויפן צונג. פאלט ניני אריין אין קרעטשמע. נאכן א זופ גיבן פון א פלאש בראנפען שרייט ער אויס הויך מיט זיין באסאווער שטימע גארנישט דיפלאמאטיש, חיים חייקל יא אר רייט!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 01:56 |
|
| |
קוים געבוירן און רעדט שוין פון הנה אנכי הולך למות (ניטאמאל א פסוק קען ער גראד נאכזאגען) - רופט זיך אן קרעמער פארן ניי געבוירענעם נין הרחמן וועלכער איז נארוואס ערשינען אין די קרעטשמע מיט א צוקנייטשן שניפסל כאילו צו זאגען: היינט איז אנדערש...
קרעמער רופט אויס מיט א מעכטיגע שטימע וואס דונערט אפ אין די הוילע קרעטשמע ווענט: ניני, הלעיטני נא מן האדום האדום הזה
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 01:57 |
|
| |
סאכדעס נאך א שווערן טאג פאסקענען שאלעס, ווישט זיך אזוי אריין אין קרעטשמע, און ער טרעפט קודם אהן א גוטן קאנדידאט פאר אן עדות, אזוי זייענדיג פארטיפט מיט די פרטים, צו איז ער נישט אפשר א קרוב מיט איינעם פון דארף, וואס דאן וועט ער פאסעל לעאיידעס זיין, האט ער גארנישט באמערקט אז ס'טוט זיך אפ גרויסע זאכן.
קודם אונז האמיר צוריקבאקומען אונזער חיים חייקל, וואס זינט דריי וואכן צוריק - ווייניגער מיט צוויי טעג, האט מען פון איהם נישט געהערט, לכאורה איז ער געווען אויף וועקעישאן, צוזאמען מיט סושי מיין איך, וואס קאן זיך נישט ערלויבן צו פארן אויף מעכאמעס האכדאשים, מאכמאס זיין בודזשעט, כמבואר באשכול אחרת, אבער אזא חידוש, קודם לאמיר אויסרופן הויעך:
וועלקאם בעק
און דאן א אינטערסאנטע זאך באמערקט סאכדעס אז דער ארימער רוישהכאהעל איז רייך געווארן ווי כויראח אין איין נאכט, ממש לעצטענס האט ער נאך געוואוינט אין א קליינע דירה, און היינט קומט ער אריין מיט לבושים יקרים מיט א צילינדער וכו' די גאנצע גבירישע טראכט, ער קוקט שוין באלד אויס וואו דער הויכגעשעצטע גראף, (זעסט רוישהאכאהעל, מיט זיך שלאגן מיטן גראף האסטע גארנישט דערלייגט),
אבער די איינע זאך באדערט מיר, פארוואס לאכט דער רוישהאכאהעל פונעם אלטן באליבטן קרעמער, היות דער קרעמער איז דאך פון אונזערע אלטע נגידים, אבער לעצטענס איז זיין רעדל אביסל זיך געדרייט אויף א זייט, דע פראב איז אז ער קען זיך פאר מיטאג נישט ערלויבן מער ווי באנאנעס און מילך און נאך עפעס וואס יאך קאן נישט כאפן וואס דאס איז, פארוואס זאל נישט דער הויכבאשפריצטער רוישהאכאהעל האבן אזויפיל מיטגעפיל, צו קען ער זיך נישט ערלויבן צושטעלן פאר קרעמער אזא מיטאג וואס ער עסט, דערמאן זיך נאך אין דיינע שווערע צייטן וויפיל קרעמער האט דיר ארויסגעהאלפן, טאקע ווען דו פלעגסט מיט איהם פארן איבער דעם יריד, דאן פלעגט דיר קרעמער אלע סעודות אויסצאלן, נישט בעטענדיג אפילו קיין שערקויעך,
אלזא וויל איך זיך בעטן טוה צוליב דעם קרעמער, ער זאל אויף אונז בייז נישט ווערן, און באפעל דעם יאנוש זאל איהם אויך דערלאנגען א פארציע כדבעי.
זאל דאס לכה"פ אויסקוקען ווי דאס
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 02:04 |
|
| |
סארי יאך האבע פארגעסן צו ברענגן דאס בילד
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 02:18 |
|
| |
אךך סאכדעס;
וואזשעט זיינט איר עזוי בעזארגט? זאל עס דער דאיען וויסן דאס יאך האב בוודאי אנגעטראגן קרעמער'ן א מאלצייט, דער ארענדאר זאגט אבער דאס ער וויל ליבערשט א קאווע ביים לערנען ענדערשט ווי א קאלע געטראנק.
נו גיי טאנע מיט'ן......
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 02:20 |
|
| |
סאכדעס; מאכט נישט.. זאל נישט זיין קיין בילד. דער עיקר: איך זעה אז ביי דיר גייט נאך יעצט "לאנטש" בעת ווען ביי רוב אנשי שלומינו עסט מען שוין נאכטמאל...
פרישטאג האב איך געוואוסט לויפט ביי דיר פון א שעה פארן אויפשטיין ביז א שעה נאך חצות, אבער פון ווען ביז ווען איז "לאנטש"?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 02:42 |
|
| |
לאנטש ווענד זיך ווען
למשל היינט האט עס גענומען פון חצות ביז 7 אזייגער.
פארוואס פרעגסטו
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 03:19 |
|
| |
אוטש אוי אוי אוטש... שרייט אויס מנלי גישמאקער אריינקומענדיג אין קרעטשמע, יוי מיין ריקן ווייקט זיך ...! איך בין דורכגעווייקט נאס.... יוש יויש יויש .... אוטש אוטש...
פארטיפט אין זיין דיקן צייטונג זיצט זיך געמיטליך דער שטאלצער ראש הקהל ר' יענטאאש, וועלכער איז קענטיג אויפגעברויזט אויף די פלוצלינגדיגע אריינקום פון גישמאקער, ספאנטאן גיבט ער זיך א דריי אויס: ווער איז דא אזוי משוגע ? וואס שרייט ער אזוי עפעס? זיינע שטייפע בליקן האבן ווי געזאגט, האלט דיך אין די ראמען אויב נישט פליהסטו פון דאנעט. גישמאקער כאפט דעם ווינק און פאקט איין מיט מורא .
פון דער אנדערער עק קרעטשמע האט קרעמער נארוואס געענדיגט אפעסן זיין מאגערע וועטשערע, די קארן מיט די מילך [עס דערמאנט מיך פון מיין קעצעלע]. א צופרידענע מינע איז אויסגעשפרייט אויף זיין ברייטן געוועזענעם געזיכט נאך פון די יארן וואס ער איז געווען דער ארענדאר, גלייך ווי א קינד נאכן עסן. ער אבער האט יא פארשטאנען די רייד פון גישמאקער און צו וואס ער צילט. אהא ! גיבט ער א רוף אויס : איינער האט דיך נארוואס באגאסן !? חאחאחאחא .... צולאכט ער זיך הויך אויפן קול חאחאחאחח האט ער הילכיג אויסגעשאסן עטליכע מאל, חאחאחאחאחאחחחחח !...
גישמאקער פריידט זיך אז איינער פארשטייט אים און האט מיטלייד מיט אים. אבער עפעס איז געשען.
יענטאאש וואס האט איין מינוט צוריק געשריגען אויף גישמאקער פארן אריינקומען שרייענדיג, האט זיך יעצט געכאפט אויף זיין טעות : ס'טייטש ? איך האב דאך פריער געשריבן פאר חיים חייקל אז ער איז גערעכט, און וואסער טרעגערישקייט קען מען נישט נוצן פאר דיפלאמאטישקייט, און דא קוק אהער ! איינער האט שוין שופך שיח געווען אויף גישמאקער !!
ער פארדרייט זיך די גרויסע וואנצעס, זיין בייכל ווער מער און מער אויפגעבלאזן, עס ווערט א שרעק צו שטיין נאנט אין זיינע ד'אמות, התאחדות גאפלט שנעל אפ, קרעמער מאכט זיך ווי ער איז למשל ביזי, און נאר איך גישמאקער פאלט א קרבן צום דערצערענטער ראש הקהל. און ווארט אויף זיין משפט...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 03:23 |
|
| |
יישר כוחכם, ראש הקהל און גישמאקער, פארן מיר אויפנעמען בשתי ידים.
ווען איך וועל האבן צייט וועל איך קער נעמען פון די שכינים. שיק מיר אריין א דערמאנונג.
חיים חייקל טייערע, זיי נישט ברוגז, איך האב טאקע נישט דיר געמיינט. און גערעכט זענען די אלע וואס האבן זיך אנגענומען פאר דיין כבוד
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 18:32 |
|
| |
גישמאקער
וואט שוד איי טעל יו, איט וואס א גישמאקע טעגיווע.
אבער קוקט אויס פון גרויס שרעק, האסטו אזוי געשמאקערהייט, פארזעהן צוויי וויכטיגע פונקטן.
אדין) קרעמער לאכט קיינמאל נישט אזוי ווי דו האסט געשריבן, חאחאחאחא .... צולאכט ער זיך הויך אויפן קול חאחאחאחח האט ער הילכיג אויסגעשאסן עטליכע מאל, חאחאחאחאחאחחחחח !... קרעמער זייט ער ליידט אויפן האלז לאכט ער נאר אזוי כדלהלן, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, האהא, קענסט דאס פרעגן אלע וואס לאכן פיל ארום מיט איהם.
דווא) דו שרייבסט התאחדות גאפלט שנעל אפ, איך לייקען דאס אפ, סיז שייכּער בעחאזעוו, סאכדעס איז געווען דער ערשטער, וואס האט זיך גענומען די מוט, און איז צוגעגאנגען צום אויפגעברויזטען יענטאאש מיט די באקאנטע מליצה, זכור מעשיך הראשונים, דערמאן דיך נאך די צייטן וואס יאך האב געברויכט שרייבן א האמלאצע פאר די גרויסע פאונד רעיזינג אקציע וואס מ'האט געמאכט פאר דיינעט וועגן, ווער געדענקט דען נישט ווי חיים חייקל מיט סושי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די יארכע מיט די האמלאצע, און געשאפט ווי ערגעץ א קאפיקע, ווי ערגעץ א גרייצער, ווי א רובל אדער צוויי, און צומאל אן אוקריינישער גריוונע, און דאן האסטע פארשטאנען איינצופאקן, און שטיל שווייגן, סאו דאן שווייג שטיל איצט אויך.
און קוק נאר ווי דאס האט געהאלפן, ער איז שטיל קיין מאק האסטע נישט געהערט פון איהם.
תוקן על ידי - התאחדות - 01/12/2005 18:34:00
 |
|
|
|
|
|