|
|
| נשלח ב-30/11/2005 02:49 |
|
| |
שיער נישט פארגעסן מסביר זיין פארן עולם וואס דא איז פארגעגאנגען מיט נחמן_נטע'ן...
דער ראש הקהל האט באמערקט אז נחמן נטע איז עפעס שטילער ווי געווענליך, בעת פון זיין ידיד נאמן חיים חייקל דער האלץ האקער (וואס מאנכע סודות'ן זיך אז זיי האבן זיך שוין עפעס אפגעשמועסט א מחותנות'שאפט צווישן וועלוול נחמן נטע'ס און חיים חייקל'ס גנעשע, זאל זיין ענבי הוואסער טרעגער בענבי ההאלץ האקער) הערט מען אפטער (הגם אויך נישט אזוי אפט ווי די אנדערע מיטגלידער פון דארף.
האבן מיר - די פארוואלטונג און די קהילה לייט - באשלאסן ארויסצולאזן א שם אויף די גאס אז ער איז גאר שוין נישט צווישן אונז, אזוי ארום וועט ער זיך באווייזן זיין צורה, און וואונדער איבער וואונדער...........................................................
עס איז געלונגען!
יענטאאש, ווער איז נעקסט? (ענטפער מיר אין אישית...)
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 02:51 |
|
| |
וואס דאס מיינט ווייסטו דאך פונקט ווי איך,
וואו איך האב דיר געהייסן קוקן גיי זיך,
(פאר ווער עס וויל וויסן,
וואס מיר טוען דא שמועסן,
דאס איז א זאך א פריוואטע,
א שמועס א בא'טעמ'טע.)
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 03:01 |
|
| |
דו רעדסט צו מיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2005 04:21 |
|
| |
וואס גייט דא פאר ?
זענט איר ביים דעת נישט קלאר?
אינמיטן א הספד א גרויסן
טוט איר אזוי לאכן און ברויזן
ר' נחמן נטע
שלא טעם ולא חטא
קוים דא געווען ממש ווי א תינוק
אזא ברוטאלע ענדע אזוי ביליג
איינגעוויקלט אין א טלית
בגן העדן מתכונן להתעלות
אוי וויי ... אוי וויי...
ווי קענען מיר הערן דעם געשריי
ווען אזא יונגער מאן
האלץ געהאקט ממש ביז דאן
שוין מער נישט...
אפגעווישט...
אוי אוי אוי....
טוי טוי טוי...
גראף שייגעץ גימל גוי...
פוי פוי פוי...
הארעפאשניקעס מיט פארשאנסאפאפיראסן
קוילעטש קאפויטש מיט ווערנאשיפסאסן
ווי א צירקל אין א קרייז
גיין זאל ער צום אלדאס בייז
זיך באהאלטן מיט די מייז
לעבן אין א גרייז
ביטער ווי א זית
נישטאמאל קער ער אלף בית
אזוי גערעגט בין איך !
פלעין אנציען טוסטו מיך
איך רעד אזוינע רייד
איינס מיטן צווייטן אנע באדייט
ממש ווי הקורע בחמתו
תשעה קבין אנע מאסע
שולדיג איז דער יין שרף
פאר זיך טענה'ן מיטן גראף
און אויך דער יענטאאש
פאר זיין געשפרעך מיטן קרעמאאש
אינמיטן די הספדים
צושטערן זיי אלע אינאיינעם
די דרשה אזוי שיין
נאכדערצו פונעם בר מינן אליין
אן קיין מענטשליכע געפיהל
אזוי טאר מען נישט טון אפילו מ'וויל !
תוקן על ידי - gishmoker - 30/11/2005 4:24:16
 |
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
1 2 סך הכל 2 דפים.
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|