| נשלח ב-1/12/2005 08:23 |
|
| |
א כאפצעם אין ווילי
איך שפאציר מיר אזוי אהיים נאך מעריב נאך אטאג ארבייט, אין איך פארייכער א לילקע ווען איינער קוקט פון פענסטער קוקט אויס ווי איך מיין אז די וועלט איז מיינס, פליצלינג כ א פ צ ע ם ! ! ! כ א פ צ ע ם ! ! ! כ א פ צ ע ם ! ! !
איך ווארט נישט קיין רגע איך שליידער אראפ מיין לילקע, אין איך שריי אויך כ א פ צ ע ם ! ! !
אינטער א מינוט באמערק איך ווי א יונגערמאן מקען זאגן אין 20'ער יארן לויפט נאך פין א ברייט ביינערדיגער ערל,
איך צו ארויס מיין סעל פאן איך רוף אן די חברה שומרים, זיי זאגן אז אינטער א מינוט קומען די חברה אן,
שוין איך לויף נאך אינאיינעם מיט די יונגערמאן דעם ערל אין יא, מיר האבן איהם געכאפט, איך בין גראדע היבש א דיקער און איך זעץ מיר ארויף אויפן גוי, אין דער גנב וואקעלט זיך ווי א וויידל פין קאטץ, איך שריי צי אנדערן דארט ער רופן נאכאמאל חברה שומרים,
זיי זאגן אז זיי האבן שוין ארויסגעשיקט עטליכע מעמבערס שרייט אויס דער אינגערמאן, הקיצור מיין כוחות לאזן זיך אויס, איך זיץ אויף א גוי אויף ספענסער ביי פארק, איך שפיר ווי דער גנב גייט זיך אט אט שטארקן איבער מיר,
עס נעמט נישט קיין עטליכע מינוט אין איך ליג אויפן פלאר אנגעריסן אין ציטרעטן, דער ערל האט זיך געשטארקט איבער מיר, נאך אלע מעשיות עסט ער דאך יעדן טאג דבר אחר פלייש, ער האט זיך ארויסגעריסן פין מיר אין מיר גיט אנגעטרעטן,
יעצט תכלית ווי זענען געווען די שומרים????
יעדער איינער ווייסט אז די לעצטע פאר וואכן האט זיך היבש פארשטארקט די גניבות אין וויליאמסבורג, די געגנט איז גרעסער געווארן, טא פארוואס ווען איך האב גערופען די שומרים זענען זיי נישט אנגעקומען, ווי אזוי וועט מען פטור ווערן פון די גניבות אויב מען טוט נישט באצייטענס וואס מען דארף,
אין לאמיר זאגן אז עס איז פונקט נישט געווען קיין שומרים מעמבערס, נו פארוואס שיקן זיי נישט די פאליציי, יעדער אין ווילי וויסט אז ווען עס איז דא א גניבה רופט מען גלייך די חברה שומרים, איך מיט מיין קליינע שכל אין אויך אלס געליטענער האלט איך אז עס איז נישט קיין נארמאלע זאך, די גנבים וועלן קיינמאל נישט אויסגעראטן ווערן,
מעגליך אז קיינער וויל שוין היינט נישט זיין פון די שומרים ווייל עס אשטייט פון א גרופע אלטע בחורים....
תכלית מ'דארף זען עפעס צו טאן, ווייל עס איז א ערענסטע פראבלעם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 14:15 |
|
| |
טאטי
זייער נישט שיין אונז אלע איבערצולאזען אזוייייייייייי נייגערעג...
צוויי זאכען,
קוידעם קאל ווי שפירסטו זעך? איז אלעס אלרייט מיט דיר?
צווייטענס וואס איז געווארען מיטן ערל איז ער טאקע אזוי אנטלאפען אומגעכאפטערהייט?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 19:10 |
|
| |
אוי טאטי קוידעם א העפליכער שלום עליכם.
יאך האף אז דו וועסט מיר נישט ביטען, מיט די בילדער וואס עט ערשיינען פון דיר ביי דעם באקאנטן אשקול.
כיץ מיזע אן אנדערע מאל גיב מיר גלייך א קלונג אריין, מיר ביידע וואלטן זיך שוין געספראוועט מיט דעם גנב שבגנבים.
אויב האסטו נישט מיין נומער דאן פרעג עס אהן ביי די קרעטשמע מיטגעלידער, זיי האבן עס בעבאדעי יא, זיי רופן דאך אלע טאג מיט הארבע שאלעס, יאך אליין רוף מיך קיינמאל נישט אהן, סאו ווייס איך נישט די נומער.
אויסערדעם וואס איז געווארן מיט'ן גוי לבסוף איז ער אנטלאפן מיט די גענייווע, אדער האט מען איהם געכאפט, און וויפיל איז די גניבה געווען.
ביטע זעץ זיך אוועק, און טרינק א גלעזעלע שנאפס, בארואיג זיך פון די שטארקע פיסטריט וואס דער רויבער האט דיר דערלאנגט אזוי נישט מיר נישט דיר, און לאמיר הערן פרישע נייעס, איך זינג מיך שוין אונטער, "וואס איז נייעס וואס הערט זיך וואס איז נייעס, דערצייל עפעס זאג עפעס נייעס, וואס איז נייעס, וואס איז נייעס וכו' וכו'".
תוקן על ידי - התאחדות - 01/12/2005 19:10:11
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 19:24 |
|
| |
התאחדות אין ר' נתן.
עטץ פרעגטס וואס ער האט געגאנבעט, אין צי מען האט איהם געכאפט,
ער האט געגאנבעט צירינגען אין ווערט פון עטליכע הונדערט דאלער, אין מען האט איהם צום סוף נישט געכאפאט,
ווייל זיי די שומרים זענען נישט אנגעקומען..
אבער פארוואס באדערט ענק נישט פארוואס די שומרים זענען נישט געקומען, ווען אין ווי אזוי וועלן די גניבות קומען צו א סוף, א גוי גאנבעט אין עס געלונגט איהם, קומט ער צוריק נאך א וואך צוויי, אין ווינטשן א רפואה שלימה פאר די ביטערע מכות וואס דער גנב האט מיר דערלאנגט איז נאך פארקיינעם נישט בייגעפאלן..
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 19:32 |
|
| |
טאטי;
קודם כל שלום עליכם!
איך האלט אז דער גוי וועט נישט צוריקקומען זינט דו האסט זיך אויף אים ארויפגעזעצט מלא קומתך (אוי ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען דו פלעגסט מיר איבערלייגן און אריינגעבן).
רפואה שלימה לכל מכאוביך, און המקום ימלא לך חסרונך אויף די גניבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2005 23:44 |
|
| |
טאטי! בייזער דיך נישט אזוי, ווייל באלד רוף איך דיין טאטעניו, ער דרייט זיך לעצטענס ארום ביין אונז אין דארף, גראדע האט ער מיר געפרעגט א שאלע אויכעט, ער וועט דיר שוין דערלאנגן איינס פון אונטן און דו וועסט זיך בארואיגן.
עניוועי, אזוי ווי איך מיט אלטן ערעב נתן עמו"ש האמיר דאך קירבה למלכות, דארפן מיר דאך מאכן א וועסטעגעישאן, איבער די אלע גניבות, אלזא פרעגן מיר זיך נאך אויף אלע דיטאלען, גראדע האלטן מיר שוין אינדערמיט, מיר זענען שוין חושד עימיצין מיר האפן אז יגר וועט קומען עדות זאגן, און מ'עט ברענגן דעם באשולדיגט'ן צו א פראצעס.
פארשטייט זיך אז די כעוורע שומרים וועט מען אויך ברענגן צו יוסטיץ, נישט אזוי ווייט איבער די גענייווע, נאר בעיקר ווייל די ביטערע קלעפ וואס דו האסט געכאפט, (הגם לויט ווי אזוי יאך פארשטיי פון מיין ברודער קרעמער, קומט זיך דיר נאך דאפעלט, קוקט נאך זיין רעאקציע), דאס קאן מען דאך נישט פארשווייגן, ניבאדעי זענען די שומרים שולדיג, סיז אין א בחי' פון שוא שקד שומר, מיר וועלן סייווי פארשטארקערן די שמירה ביים עק דארף, יאך האבע שוין אויך אמאל געליטן פון א כעוורע דארט, און מיט השי"ת הילף וועט די גענייוועס קומען צו אן עק.
ולסיומא דמילתא על אלה אני בכי' עיני עיני יורדה מים, על זאת דוה לבנו, אויף די ביטערע קלעפ וואס טאטי האט געכאפט, גאט זאל איהם א רפואה שלימה שיקן בתוך שאר חולי ישראל, און יאך האף אז א גוטע לעקציע האט ער דערפון באקומען, והמקום ינחם אותו בתוך שאר חולי ציון וירושלים, במהרה דידן אמן.
תוקן על ידי - התאחדות - 01/12/2005 23:44:49
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 00:05 |
|
| |
סתם א שאלה;
ווייסט איינער אין וועלכע ליין התאחדות ארבעט?
איך זוך א דזשאב.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 00:30 |
|
| |
די ווייסט נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 00:56 |
|
| |
דזשויבוי;
פערצופאל נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 02:05 |
|
| |
ער איז תורה וגדולה במקום אחד !
ער פאסקענט הונדערטער שאלות א טאג, און אויך איז ער א מקורב למלכות. פרעג אים !
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 11:05 |
|
| |
ער ארבעט אויף דעוויזשען עוועניו, איך דענק נישט פונקט וועלכע בנין, באט נעבן דארט ערגעץ ווי בעדפארד שפראצט ארויס, אויף א צווייטע שטאק.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 17:25 |
|
| |
דזשובוי;
אהבתי 
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 17:51 |
|
| |
נו ג'יבוי גילוי שמות
מיינסט אז אויב ביסטע נישט מנהל דא, קענסטע טוהן וואס דו ווילסט?
הא?
אז דו ווילסט קען איך רעדן מיט די באהערדע, אז דו זאלסט ווערן קרעטשמער.
היינט פאר דריי מינוט צוריק האב איך געשריבן א גאנצע הודעה חדשה איבער די באהערדע וכו' וכו', און סיז געקומען צו שלח תגובה איז ארויסגעקומען די מעסעדזש פון סענד רעפארט, וויי געוואלד און געשריען, העט איר ווען געוואוסט וואס דארט איז געשטאנען וואלט איר אלע מיטגעקאַכט
תוקן על ידי - התאחדות - 02/12/2005 17:55:58
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2005 19:14 |
|
| |
סאכדעס;
ווער איז דער סענדער ראפאפארט וואס האט דיר געשטערט פון שיקן יענע לאנגע תגובה? שיק אים א גריס, און פרעג אים זיין טעלעפאן נומער, איך וויל אים רופן מער אפטער.
א גוט שבת...
|
|
|
|
|